יִרְמְיָה29
1און דאָס זײַנען די װערטער פֿון דעם בריװ װאָס יִרמיָה הנבֿיא האָט געשיקט פֿון ירושָלַיִם צו דעם איבערבלײַב פֿון די עלטסטע פֿון די פֿאַרטריבענע, און צו די כּהנים, און צו די נבֿיאים, און צו דעם גאַנצן פֿאָלק, װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט פֿאַרטריבן פֿון ירושָלַיִם קײן בָבֿל;2נאָכדעם װי יכָניָה דער מלך, און די מוטער-מלכּה, און די הױפֿדינער, די האַרן פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם, און די מײַנסטערס און די שלעסערס, זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושָלַיִם;3דורך דער האַנט פֿון אֶלעָשָׂה דעם זון פֿון שָפָֿנען, און גמַריָה דעם זון פֿון חִלקִיָהן, װאָס צִדקִיָה דער מלך פֿון יהוּדה האָט געשיקט צו נבֿוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בָבֿל קײן בָבֿל – אַזױ צו זאָגן:4אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, צו אַלע פֿאַרטריבענע װאָס איך האָב פֿאַרטריבן פֿון ירושָלַיִם קײן בָבֿל:5בױט הײַזער און באַװױנט, און פֿלאַנצט גערטנער און עסט זײער פֿרוכט;6נעמט װײַבער, און געבערט זין און טעכטער, און נעמט װײַבער פֿאַר אײַערע זין, און גיט אױס אײַערע טעכטער צו מאַנען, און זאָלן זײ געבערן זין און טעכטער, און מערט אײַך דאָרטן, און מינערט אײַך נישט.7און זוכט דעם פֿריד פֿון דער שטאָט װאָס איך האָב אײַך פֿאַרטריבן אַהין, און זײַט מתפּלל פֿאַר איר צו ה׳, װאָרעם אין איר פֿריד װעט זײַן פֿריד צו אײַך.8װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זאָל אײַערע נבֿיאים װאָס צװישן אײַך, און אײַערע װאָרזאָגערס אײַך נישט נאַרן, און איר זאָלט נישט צוהערן צו אײַערע חלומות װאָס איר לאָזט חלומען.9װאָרעם מיט ליגן זאָגן זײ אײַך נבֿיאות אין מײַן נאָמען; איך האָב זײ נישט געשיקט, זאָגט ה׳.10װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: װען עס װעט דערפֿילט װערן זיבעציק יאָר פֿון אױף בָבֿל, װעל איך זיך דערמאָנען אָן אײַך, און װעל מקײם זײַן מײַן גוטן צוזאָג, אײַך אומצוקערן צו דעם דאָזיקן אָרט.11װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג.12און איר װעט מיך רופֿן, און איר װעט גײן און װעט מתפּלל זײַן צו מיר, און איך װעל צוהערן צו אײַך.13און איר װעט מיך זוכן און געפֿינען, אַז איר װעט מיך פֿאָרשן מיט אײַער גאַנצן האַרצן.14און איך װעל זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך, זאָגט ה׳, און איך װעל אומקערן אײַער געפֿאַנגענשאַפֿט, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון אַלע פֿעלקער, און פֿון אַלע ערטער, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרשטױסן אַהין, זאָגט ה׳, און איך װעל אײַך אומקערן צו דעם אָרט, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן.15װײַל איר האָט געזאָגט: ה׳ האָט אונדז אױפֿגעשטעלט נבֿיאים אין בָבֿל.16װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף דעם מלך װאָס זיצט אױפֿן טראָן פֿון דָוִד, און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס זיצט אין דער דאָזיקער שטאָט – אײַערע ברידער װאָס זײַנען נישט אַרױס מיט אײַך אין גלות:17אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: זע, איך שיק אָן אױף זײ די שװערד, דעם הונגער, און די פּעסט, און איך װעל זײ מאַכן אַזױ װי עקלדיקע פֿײַגן װאָס קענען נישט געגעסן װערן פֿאַר שלעכטיקײט.18און איך װעל זײ נאָכיאָגן מיט דער שװערד, מיטן הונגער, און מיט דער פּעסט, און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד, פֿאַר אַ קללה, און פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ שמוצערונג, און פֿאַר אַ שאַנד, צװישן אַלע פֿעלקער, װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין;19פֿאַר װאָס זײ האָבן נישט צוגעהערט צו מײַנע װערטער, זאָגט ה׳, װען איך האָב געשיקט צו זײ מײַנע קנעכט די נבֿיאים, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געשיקט; און איר האָט נישט צוגעהערט, זאָגט ה׳.20דערום הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר אַלע פֿאַרטריבענע, װאָס איך האָב אַרױסגעשיקט פֿון ירושָלַיִם קײן בָבֿל:21אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, אױף אַחאָבֿ דעם זון פֿון קוֹלָיָהן, און אױף צִדקִיָהו דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, װאָס זאָגן אײַך נבֿיאות אין מײַן נאָמען ליגן: זע, איך גיב זײ אין דער האַנט פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זײ דערשלאָגן פֿאַר אײַערע אױגן.22און פֿון זײ װעט גענומען װערן אַ קללה בײַ אַלע פֿאַרטריבענע פֿון יהוּדה װאָס אין בָבֿל, אַזױ צו זאָגן: זאָל דיך ה׳ מאַכן אַזױ װי צִדקִיָהו און אַזױ װי אַחאָבֿ, װאָס דער מלך פֿון בָבֿל האָט זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער!23װײַל זײ האָבן געטאָן שאַלקהאַפֿטיגקײט אין יִשׂרָאֵל, און מזַנה געװען מיט די װײַבער פֿון זײערע חבֿרים, און פֿאַלש גערעדט אין מײַן נאָמען װערטער װאָס איך האָב זײ נישט באַפֿױלן; אָבער איך װײס, און בין עדות, זאָגט ה׳.24און אױף שמַעיָהון פֿון נֶחלָם זאָלסטו זאָגן, אַזױ צו זאָגן:25אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: װײַל דו האָסט געשיקט אין דײַן נאָמען בריװ צום גאַנצן פֿאָלק װאָס אין ירושָלַיִם, און צו צפַֿניָה דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, דעם כּהן, און צו אַלע כּהנים, אַזױ צו זאָגן:26ה׳ האָט דיך געמאַכט פֿאַר אַ כּהן אױפֿן אָרט פֿון יהוֹיָדָע דעם כּהן, כּדי עס זאָלן זײַן אױפֿזעער אין הױז פֿון ה׳ איבער איטלעכן משוגענער און נבֿיאות-זאָגער, און דו זאָלסט אים אַרײַנטאָן אין דעם צװאַנגקלאָץ און אין דעם האַלדזרינג.27און אַצונד, למאַי האָסטו נישט אָנגעשריען אױף יִרמיָהון פֿון עַנָתוֹת, װאָס מאַכט זיך פֿאַר אַ נבֿיא צו אײַך?28װאָרעם ער האָט דאָך געשיקט צו אונדז קײן בָבֿל: אַזױ צו זאָגן: דאָס גלות איז אױף לאַנג; בױט הײַזער און באַװױנט, און פֿלאַנצט גערטנער און עסט זײער פֿרוכט.29און צפַֿניָה דער כּהן האָט געלײענט דעם דאָזיקן בריװ אין די אױערן פֿון יִרמיָהו הנבֿיא.30און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן:31שיק צו אַלע פֿאַרטריבענע, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף שמַעיָהן פֿון נֶחלָם: װײַל שמַעיָה האָט אײַך נבֿיאות געזאָגט, װען איך האָב אים נישט געשיקט, און ער האָט אײַך געמאַכט פֿאַרזיכערן אױף ליגן,32דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך רעכן זיך מיט שמַעיָהן פֿון נֶחלָם, און מיט זײַן זאָמען; פֿון אים װעט נישט בלײַבן אַ מאַן צו זיצן צװישן דעם דאָזיקן פֿאָלק, און ער װעט נישט זען דאָס גוטס װאָס איך טו מײַן פֿאָלק, זאָגט ה׳, װײַל אָפּקערונג האָט ער גערעדט קעגן ה׳.
Artists for Israel International