יִרְמְיָה23

1אױ װײ, די פּאַסטוכער װאָס ברענגען אום און צעשפּרײטן די שאָף פֿון מײַן פֿיטערונג, זאָגט ה׳.2דערום האָט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אַזױ געזאָגט אױף די פּאַסטוכער װאָס פֿיטערן מײַן פֿאָלק: איר האָט צעשפּרײט מײַנע שאָף, און זײ פֿאַרשטױסן, און האָט נישט אַכטונג געגעבן אױף זײ; זעט, איך רעכן זיך מיט אײַך פֿאַר אײַערע בײזע מעשׂים, זאָגט ה׳.3און איך װעל אײַנזאַמלען דעם איבערבלײַב פֿון מײַנע שאָף פֿון אַלע לענדער װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין, און איך װעל זײ אומקערן צו זײער פֿיטערפּלאַץ, און זײ װעלן זיך פֿרוכפּערן און מערן.4און איך װעל אױפֿשטעלן איבער זײ פּאַסטוכער, און זײ װעלן זײ פֿיטערן; און זײ װעלן מער נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן, און זײ װעלן נישט געמינערט װערן, זאָגט ה׳.
5זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און איך װעל אױפֿשטעלן צו דָוִדן אַ גערעכטן שפּראָץ, און קיניגן װעט אַ קיניג װאָס װעט באַגליקן, און טאָן רעכט און גערעכטיקײט אין לאַנד.6אין זײַנע טעג װעט געהאָלפֿן װערן יהוּדה, און יִשׂרָאֵל װעט רוען אין זיכערקײט; און דאָס איז זײַן נאָמען װאָס מע װעט אים רופֿן: ה׳ איז אונדזער גערעכטיקײט!
7פֿאַר װאָר, זע, טעג קומען, זאָגט ה׳, און מע װעט מער נישט זאָגן: אַזױ װי עס לעבט ה׳ װאָס האָט אױפֿגעבראַכט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון לאַנד מִצרַיִם!8נײַערט: אַזױ װי עס לעבט ה׳ װאָס האָט אױפֿגעבראַכט און װאָס האָט אַהערגעפֿירט דעם זאָמען פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, פֿון צפֿון-לאַנד און פֿון אַלע לענדער װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין! און זײ װעלן זיצן אױף זײער ערד.
9פֿון װעגן די נבֿיאים: צעבראָכן איז מײַן האַרץ אין מיר, אַלע מײַנע בײנער ציטערן; איך בין געװאָרן װי אַ מענטש אַ שיכּורער, און װי אַ מאַן װאָס װײַן האָט אים איבערגעשטאַרקט; פֿון װעגן ה׳, און פֿון װעגן זײַנע הײליקע װערטער.10װאָרעם פֿול איז מיט נוֹאפֿים דאָס לאַנד, װאָרעם פֿון װעגן אַ קללה טרױערט דאָס לאַנד, זײַנען פֿאַרטריקנט די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר; און זײער לױפֿעניש איז צום בײזן, און זײער גבֿורה איז נישט ערלעך.11װאָרעם אי דער נבֿיא אי דער כּהן זײַנען זינדיק, אַפֿילו אין מײַן הױז האָב איך געפֿונען זײער בײז, זאָגט ה׳.12דערום װעט זײער װעג זײ זײַן װי אַ גליטשיקער אָרט אין דער פֿינצטער. זײ װעלן געשטױסן װערן און פֿאַלן אױף אים, װאָרעם איך װעל ברענגען אַן אומגליק אױף זײ, דאָס יאָר פֿון זײער רעכנשאַפֿט, זאָגט ה׳.13אױך בײַ די נבֿיאים פֿון שוֹמרוֹן האָב איך געזען לעסטערונג; זײ האָבן נבֿיאות געזאָגט פֿאַר בַעַל, און האָבן פֿאַרפֿירט מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל.14אָבער בײַ די נבֿיאים פֿון ירושָלַיִם האָב איך שױדערהאַפֿטיקס געזען: מזַנה זײַן, און אומגײן מיט ליגן; און זײ שטאַרקן די הענט פֿון די שלעכטסטוער, אַז זײ זאָלן זיך נישט אומקערן קײנער פֿון זײַן בײז; זײ זײַנען מיר אַלע װי סדוֹם געװאָרן, און אירע באַװױנער אַזױ װי עַמוֹרָה.15דערום האָט ה׳ צבָֿאוֹת אַזױ געזאָגט אױף די נבֿיאים: זע, איך מאַך זײ עסן װערמוט, און װעל זײ מאַכן טרינקען גיפֿטװאַסער, װאָרעם פֿון די נבֿיאים פֿון ירושָלַיִם איז אַרױס די זינדיקײט איבערן גאַנצן לאַנד.16אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: איר זאָלט נישט הערן צו די װערטער פֿון די נבֿיאים װאָס זאָגן אײַך נבֿיאות; זײ פֿאַרנאַרישן אײַך; די זעונג פֿון זײער האַרצן רעדן זײ, נישט אױסן מױל פֿון ה׳.17זאָגן זײ צו די װאָס פֿאַראַכטן מיך: ה׳ האָט גערעדט: איר עט האָבן שלום; און איטלעכן װאָס גײט אין דער אײַנגעשפּאַרטיקײט פֿון זײַן האַרצן, זאָגן זײ: אױף אײַך װעט נישט קומען קײן בײז.
18אָבער װער איז געשטאַנען אין דעם סָוד פֿון ה׳, אַז ער זאָל מערקען און הערן זײַן װאָרט? װער האָט פֿאַרנומען זײַן װאָרט און זיך צוגעהערט?19זע, אַ שטורעמװינט פֿון ה׳, אַ גרימצאָרן איז אַרױסגעגאַנגען, און אַ העפֿטיקער שטורעמװינט; אױף די קעפּ פֿון די רשעים װעט ער פֿאַלן.20נישט אָפּגײן װעט דער צאָרן פֿון ה׳, ביז ער טוט, און ביז ער איז מקײם, די טראַכטונגען פֿון זײַן האַרצן; אין סוף פֿון די טעג װעט איר דאָס גוט פֿאַרשטײן.
21איך האָב נישט געשיקט די נבֿיאים, און זײ זײַנען געלאָפֿן, איך האָב נישט גערעדט צו זײ, און זײ האָבן נבֿיאות געזאָגט.22און אױב זײ זײַנען געשטאַנען אין מײַן סָוד, זאָלן זײ לאָזן הערן מײַן פֿאָלק מײַנע װערטער, און זאָלן זײ זײ אומקערען פֿון זײער שלעכטן װעג, און פֿון זײערע שלעכטע מעשׂים.
23בין איך דען אַ ג-ט פֿון נאָנטן, זאָגט ה׳, און נישט אַ ג-ט פֿון דער װײַטן?24צי קען זיך פֿאַרבאָרגן אַ מענטש אין פֿאַרבאָרגענישן, אַז איך זאָל אים נישט זען? זאָגט ה׳. בין איך נישט פֿיל די הימלען און די ערד? זאָגט ה׳.25איך האָב געהערט װאָס די נבֿיאים זאָגן, די װאָס זאָגן נבֿיאות אין מײַן נאָמען ליגן, אַזױ צו זאָגן: מיר האָט זיך געחלומט, מיר האָט זיך געחלומט!26ביז װאַנען נאָך? איז דען אין האַרצן פֿון די נבֿיאים װאָס זאָגן נבֿיאות ליגן, און די נבֿיאים פֿון דעם באַטרוג פֿון זײער האַרצן –27טראַכטן זײ דען צו מאַכן מײַן פֿאָלק פֿאַרגעסן מײַן נאָמען מיט זײערע חלומות װאָס זײ דערצײלן אײנער דעם אַנדערן, אַזױ װי זײערע עלטערן האָבן פֿאַרגעסן מײַן נאָמען דורך בַעַל?28דער נבֿיא װאָס בײַ אים איז אַ חלום, זאָל דערצײלן אַ חלום, און דער װאָס מײַן װאָרט איז בײַ אים, זאָל רעדן מײַן װאָרט װאָרהאַפֿטיק. װאָס האָט שטרױ צו קאָרן? זאָגט ה׳.29פֿאַר װאָר, מײַן װאָרט איז אַזױ װי פֿײַער, זאָגט ה׳, און װי אַ האַמער װאָס צעהאַקט פֿעלדז.30דערום זע, איך קום אױף די נבֿיאים, זאָגט ה׳, װאָס גנבֿען מײַנע װערטער אײנער פֿון אַנדערן.31זע, איך קום אױף די נבֿיאים, זאָגט ה׳, װאָס נעמען זײער צונג און זאָגט, ער געזאָגט.32זע, איך קום אױף די װאָס זאָגן נבֿיאות פֿאַלשע חלומות, זאָגט ה׳, און דערצײלן זײ, און פֿאַרפֿירן מײַן פֿאָלק מיט זײערע שקָרים און מיט זײער לױזגעלאָזטקײט, װען איך האָב זײ נישט געשיקט און זײ נישט באַפֿױלן; און נוצן נוצן זײ נישט דעם דאָזיקן פֿאָלק, זאָגט ה׳.
33און אַז דאָס דאָזיקע פֿאָלק, אָדער דער נבֿיא, אָדער אַ כּהן, װעט דיך פֿרעגן, אַזױ צו זאָגן: װאָס איז די משׂא פֿון ה׳? זאָלסטו זאָגן צו זײ: װאָס איז די משׂא? – אַז איך װעל אײַך פֿאַרװאַרפֿן, זאָגט ה׳.34און דער נבֿיא, און דער כּהן, און דאָס פֿאָלק, װאָס װעט זאָגן די משׂא פֿון ה׳, װעל איך זיך אָפּרעכענען מיט יענעם מענטשן און מיט זײַן הױז.35אַזױ זאָלט איר זאָגן איטלעכער צו זײַן חבֿר, און איטלעכער צו זײַן ברודער: װאָס האָט ה׳ געענטפֿערט? און: װאָס האָט ה׳ גערעדט?36אָבער משׂא פֿון ה׳ זאָלט איר מער נישט דערמאָנען װאָרעם אַ משׂא װעט װערן פֿאַר איטלעכן זײַן אײגן װאָרט, װײַל איר פֿאַרדרײט די װערטער פֿון דעם לעבעדיקן אלֹקים, ה׳ צבָֿאוֹת אלוקינו.37אַזױ זאָלסטו זאָגן צום נבֿיא: װאָס האָט דיר ה׳ געענטפֿערט? און: װאָס האָט ה׳ גערעדט?38אָבער אַז איר זאָגט די משׂא פֿון ה׳ – פֿאַר װאָר, אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: װײַל איר האָט געזאָגט דאָס דאָזיקע װאָרט די משׂא פֿון ה׳, װען איך האָב געשיקט צו אײַך, אַזױ צו זאָגן: איר זאָלט נישט זאָגן די משׂא פֿון ה׳,39דערום זעט, איך װעל אײַך רײַסנדיק אױסרײַסן, און װעל אַװעקװאַרפֿן אײַך, און די שטאָט װאָס איך האָב געגעבן אײַך און אײַערע עלטערן, פֿון מײַן פּנים.40און איך װעל ברענגען אױף אײַך אַן אײביקע חרפּה, און אַן אײביקע שאַנד, װאָס װעט נישט פֿאַרגעסן װערן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276