יִרְמְיָה17

1די זינד פֿון יהוּדה איז אױפֿגעשריבן מיט אַן אײַזערנער פּען, מיט אַ דימענטענעם שפּיץ; אױסגעקריצט אױפֿן טאָװל פֿון זײער האַרצן, און אױף די הערנער פֿון אײַערע מזבחות.2װי זײ בענקען נאָך זײערע קינדער – אַזױ נאָך זײערע מזבחות, און זײערע געצנשטאַנגען בײַם צװײַגהאַפֿטיקן בױם, אױף די בערגלעך די הױכע.3מײַן געבערג אין פֿעלד! דײַן פֿאַרמעג, אַלע דײַנע אוֹצרות װעל איך געבן צו רױב, דײַנע היכן – פֿאַר די זינד אין אַלע דײַנע געמאַרקן.4און װעסט זיך אָפּװאַרפֿן פֿון זיך אַלײן פֿון דײַן נחלה, װאָס איך האָב דיר געגעבן; און איך װעל דיך מאַכן דינען דײַנע פֿײַנט, אין אַ לאַנד װאָס דו קענסט נישט; װאָרעם אַ פֿײַער האָט איר אָנגעצונדן אין מײַן נאָז, ביז אײביקן װעט עס ברענען.
5אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: פֿאַרשאָלטן דער מאַן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף אַ מענטשן, און מאַכט פֿלײש זײַן אָנהאַלט, און פֿון ה׳ קערט זיך אָפּ זײַן האַרץ!6װאָרעם ער װעט זײַן װי אַ טאַמאַריסק אין דער װיסטע, און װעט נישט זען װען עס קומט גוטס, און װעט װױנען אין טריקענישן אין דער מדבר, אין אַ לאַנד אַ זאַלציקן װאָס איז נישט באַזעצט.
7געבענטשט דער מאַן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, און ה׳ איז זײַן פֿאַרזיכערונג!8װאָרעם ער װעט זײַן װי אַ בױם געפֿלאַנצט בײַ װאַסער, װאָס בײַ אַ באַך לאָזט ער אַרױס זײַנע װאָרצלען, און ער מערקט נישט װען עס קומט אַ היץ, און זײַן בלאַט איז גרין, און אין אַ יאָר פֿון טריקעניש דאגהט ער נישט, און ער װעט נישט אױפֿהערן צו טראָגן פֿרוכט.
9פֿאַרדרײטער פֿון אַלץ איז דאָס האַרץ, און אומהײלבאַר איז עס – װער קען עס קאָנען?10איך, ה׳, טו פֿאָרשן דאָס האַרץ, טו פּרוּװן די נירן, כּדי צו געבן איטלעכן לױט זײַנע װעגן, לױט דער פֿרוכט פֿון זײַנע מעשׂים.
11אַ פֿעלדהון װאָס אײַנזאַמלען אײַער װאָס זי האָט נישט געלײגט, אַזױ איז דער װאָס מאַכט אַן עשירות, און נישט מיט גערעכטיקײט; אין העלפֿט פֿון זײַנע טעג װעט ער עס פֿאַרלאָזן, און אין זײַן סוף װעט ער בלײַבן אַ נאַר.
12אױ, טראָן פֿון פּראַכטיקײט, דערהױבן פֿון אָנהײב אָן, דו אָרט פֿון אונדזער מִקדָש,13דו האָפֿענונג פֿון יִשׂרָאֵל, ה׳, אַלע װאָס פֿאַרלאָזן דיך, װעלן פֿאַרשעמט װערן; און די אָפּגעקערטע פֿון מיר װעלן אין דער ערד פֿאַרשריבן װערן, װײַל זײ האָבן פֿאַרלאָזן ה׳, דעם קװאַל פֿון לעבעדיקע װאַסער.14הײל מיך, ה׳, איך זאָל געהײלט װערן, העלף מיך, איך זאָל געהאָלפֿן װערן, װאָרעם דו ביסט מײַן לױב.15זע, זײ זאָגן צו מיר: װוּ איז דאָס װאָרט פֿון ה׳? זאָל עס נאָר קומען.16און איך, נישט איך בין אַנטלאָפֿן פֿון זײַן אַ פּאַסטוך הינטער דיר, און נישט איך האָב באַגערט דעם אומגליקלעכן טאָג; דו בײַסט עס, װאָס איז אַרױס פֿון מײַנע ליפּן, איז פֿאַר דײַן פּנים געװען.17זאָל עס מיר נישט זײַן צום בראָך; דו ביסט דאָך מײַן באַשיצונג אין טאָג פֿון אומגליק.18זאָלן מײַנע נאָכיאָגער פֿאַרשעמט װערן, און איך זאָל נישט פֿאַרשעמט װערן; זאָלן זײ דערשראָקן װערן, און איך זאָל נישט דערשראָקן װערן. ברענג אױף זײ דעם טאָג פֿון אומגליק, און אַ צװײיִקן בראָך צעברעך זײ.
19אַזױ האָט צו מיר ה׳ געזאָגט: גײ און זאָלסט זיך שטעלן אין טױער פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק, װאָס דורך אים קומען אַרײַן די מלכים פֿון יהוּדה, און װאָס דורך אים גײען זײ אַרױס, און אין אַלע טױערן פֿון ירושָלַיִם;20און זאָלסט זאָגן צו זײ: הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר מלכים פֿון יהוּדה, און גאַנץ יהוּדה, און אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, װאָס קומען אין די דאָזיקע טױערן;21אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: היט אײַך אום אײַער זעל, און איר זאָלט נישט טראָגן קײן משׂא אין טאָג פֿון שבת און אַרײַנברענגען אין די טױערן פֿון ירושָלַיִם.22און איר זאָלט נישט אַרױסטראָגן קײן משׂא פֿון אײַערע הײַזער אין טאָג פֿון שבת, און קײן שום אַרבעט זאָלט איר נישט טאָן, און איר זאָלט האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת, אַזױ װי איך האָב באַפֿױלן אײַערע עלטערן.23אָבער זײ האָבן נישט געהערט און נישט צוגענײַגט זײער אױער, און זײ האָבן האַרט געמאַכט זײער נאַקן נישט צוצוהערן, און נישט צו נעמען קײן מוסר.
24דערום װעט זײַן: אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מיר, זאָגט ה׳, נישט אַרײַנצוברענגען קײן משׂא אין די טױערן פֿון דער דאָזיקער שטאָט אין טאָג פֿון שבת, נײַערט צו האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת, נישט צו טאָן אין אים קײן שום אַרבעט,25װעלן קומען אין די טױערן פֿון דער דאָזיקער שטאָט מלכים און האַרן װאָס זיצן אױפֿן טראָן פֿון דָוִד, װאָס רײַטן אױף רײַטװעגן און אױף פֿערד, זײ, און זײערע האַרן, די מענער פֿון יהוּדה, און די באַװױנער פֿון ירושָלַיִם; און די דאָזיקע שטאָט װעט זײַן באַזעצט אױף אײביק.26און מע װעט קומען פֿון די שטעט פֿון יהוּדה, און פֿון רונד אַרום ירושָלַיִם, און פֿון לאַנד בנימין, און פֿון דער נידערונג, און פֿונעם געבערג, און פֿונעם דָרום, ברענגענדיק בראַנדאָפּפֿער, און שלאַכטאָפּפֿער, און שפּײַזאָפּפֿער, און װײַרעך, און ברענגענדיק דאַנקאָפּפֿער, אין הױז פֿון ה׳.27אױב אָבער איר װעט נישט צוהערן צו מיר, צו האַלטן הײליק דעם טאָג פֿון שבת, און נישט צו טראָגן קײן משׂא און אַרײַנקומען דערמיט אין די טױערן פֿון ירושָלַיִם אין טאָג פֿון שבת, װעל איך אָנצינדן אַ פֿײַער אין אירע טױערן, און עס װעט פֿאַרצערן די פּאַלאַצן פֿון ירושָלַיִם, און װעט נישט פֿאַרלאָשן װערן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276