יִרְמְיָה15
1און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: װען אױפֿשטײן זאָל משה און שמוּאֵל פֿאַר מיר, איז מײַן זעל נישט מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק; שיק זײ אַװעק פֿון מײַן פּנים, און זאָלן זײ אַװעקגײן.2און עס װעט זײַן, אַז זײ װעלן זאָגן צו דיר: װוּהין זאָלן מיר אַװעקגײן? זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
װער צום טױט, צום טױט, און װער צום שװערד, צום שװערד, און װער צום הונגער, צום הונגער, און װער צו געפֿאַנגענשאַפֿט, צו געפֿאַנגענשאַפֿט.3און איך װעל אָנזעצן אױף זײ פֿיר משפּחות, זאָגט ה׳: די שװערד צו הרגען, און די הינט צו שלעפּן, און דעם פֿױגל פֿון הימל, און די חיה פֿון דער ערד, צו עסן און אומצוברענגען.4און איך װעל זײ מאַכן צו שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד, פֿון װעגן מנַשֶה דעם זון פֿון יכִזקִיָהון, אי דעם מלך פֿון יהוּדה, פֿאַר װאָס ער האָט געטאָן אין ירושָלַיִם.5װאָרעם װער װעט דיך דערברימען, ירושָלַיִם? און װער װעט דיך באַדױערן? און װער װעט זיך אָפּקערן דיך צו פֿרעגן אױף פֿריד?6דו האָסט מיך אַװעקגעװאָרפֿן, זאָגט ה׳, אַהינטער טוסטו גײן, דערום שטרעק איך אױס מײַן האַנט אױף דיר און צעשטער דיך; איך בין מיד געװאָרן זיך צו דערבאַרעמען.7און איך װינטשופֿל זײ מיט אַ װינטשופֿל אין די טױערן פֿון לאַנד; איך לאָז אָן קינדער, איך ברענג אונטער מײַן פֿאָלק, װײַל זײ קערן זיך נישט אום פֿון זײערע װעגן.8זײערע אַלמנות װערן דורך מיר מער װי זאַמד פֿון די ימען; איך ברענג אױף זײ – אױף דער מוטער פֿון יוגנט, אַ פֿאַרװיסטער אין מיטן טאָג. איך װאַרף אָן אױף איר פּלוצעם יסורים און שרעקענישן.9פֿאַרװעלקט װערט די געװינערין פֿון זיבן, זי הױכט אױס איר נשמה; איר זון גײט אונטער װען נאָך טאָג, זי װערט צו שאַנד און פֿאַרשעמט. און זײער איבערבלײַב װעל איך איבערגעבן צום שװערד פֿאַר זײערע פֿײַנט, זאָגט ה׳.10װײ מיר, מוטער מײַנע, װאָס דו האָסט מיך געבאָרן אַ מענטש פֿון קריג, און אַ מענטש פֿון שטרײַט קעגן גאַנצן לאַנד; נישט איך אױסבאָרגן, און נישט מע מאָנט בײַ מיר, פֿון דעסטװעגן שילטן זײ מיך אַלע.11האָט ה׳ געזאָגט: פֿאַר װאָר, איך װעל דיך דערלײזן צום גוטן; פֿאַר װאָר, איך װעל מאַכן דעם פֿײַנט זיך בעטן בײַ דיר אין צײַט פֿון אומגליק און אין צײַט פֿון נױט.12קען מען אײַזן צעברעכן – אײַזן פֿון צפֿון, און קופּער?13דײַן פֿאַרמעג און דײַנע אוֹצרות װעל איך געבן צו רױב אָן געצאָלט; יאָ, פֿאַר אַלע דײַנע זינד אַזש אין אַלע דײַנע געמאַרקן.14און איך װעל דיך אַריבערפֿירן בײַ דײַנע פֿײַנט, אין אַ לאַנד װאָס דו קענסט נישט; װאָרעם אַ פֿײַער איז אָנגעצונדן אין מײַן נאָז, אױף אײַך װעט עס ברענען.15דו, ה׳ װײסט דאָך, געדענק מיך, און דערמאָן זיך אָן מיר, און זײ זיך נוֹקם אָן מײַנע נאָכיאָגער; פֿון װעגן דײַן לאַנגגעמיט נישט נעם מיך אַװעק; מערק מײַן לײַדן פֿון דײַנט װעגן שאַנד.16װי דײַנע װערטער זײַנען געפֿונען געװאָרן, אַזױ האָב איך זײ אײַנגעשלונגען, און דײַן װאָרט איז מיר געװען פֿאַר אַ פֿרײד, און פֿאַר אַ שׂימחה פֿון מײַן האַרצן, װײַל דײַן נאָמען איז אױף מיר גערופֿן געװאָרן, ה׳ דו אלוקי צבָֿאוֹת.17איך בין נישט געזעסן אין געזעמל פֿון פֿרײלעכע און זיך לוסטיק געמאַכט; פֿון װעגן דײַן האַנט בין איך געזעסן אַלײן, װאָרעם מיט צאָרן האָסטו מיך אָנגעפֿילט.18פֿאַר װאָס איז אײביק מײַן װײטיק, און מײַן װוּנד איז מסוכּן, זי װיל זיך נישט הײלן? װילסטו מיר זײַן װי אַ טײַך אַ פֿאַלשער, װי װאַסערן אומגעטרײַע?19דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: אַז דו װעסט זיך אומקערן, און איך װעל דיך אומקערן, װעסטו שטײן פֿאַר מיר; און אַז דו װעסט אַרױסציען טײַערס פֿון דעם שלעכטיקײט, װעסטו אַזױ װי מײַן מױל זײַן; זײ װעלן זיך אומקערן צו דיר, און דו װעסט זיך גניט אומקערן צו זײ.20און איך װעל דיך מאַכן אַקעגן דעם דאָזיקן פֿאָלק פֿאַר אַ באַפֿעסטיקטער מױער פֿון קופּער, און זײ װעלן מלחמה האַלטן קעגן דיר, און װעלן דיך נישט בײַקומען; װאָרעם איך בין מיט דיר, דיך צו העלפֿן, און דיך מציל צו זײַן, זאָגט ה׳.21און איך װעל דיך מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די שלעכטע, און װעל דיך אױסלײזן פֿון דעם פֿױסט פֿון די מאַכטיקע.

Artists for Israel International