יְשַעְיָה64
1אַזױ װי פֿײַער צינדט אָן טרוקענע צװײַגן, װי פֿײַער טוט װאַסער צעבלעזלען – כּדי צו מאַכן װיסן דײַן נאָמען צו דײַנע פֿײַנט; די פֿעלקער זאָלן ציטערן פֿאַר דיר,2װען דו טוסט פֿאָרכטיקע זאַכן װאָס מיר האָבן צו מאָל נישט געהאָפֿט – הלװאַי נידערסטו אַראָפּ, די בערג זאָלן זיך טרײסלען פֿאַר דיר! –3און װאָס זײ האָבן קײן מאָל נישט געהערט, נישט פֿאַרנומען, װאָס קײן אױג האָט נישט געזען, אַז אַ ג-ט אַחוץ דיר זאָל טאָן פֿאַר דעם װאָס טוט האַרן אױף אים.4האָסט טרעפֿסט דעם װאָס האָט זיך געפֿרײט צו טאָן רעכט, די װאָס האָבן געדאַכט אָן דיר מיט דײַנע װעגן; זע, דו האָסט געצערנט, װײַל מיר האָבן געזינדיקט, דורך זײ אָבער פֿלעגן מיר אײביק געהאָלפֿן װערן.5און מיר זײַנען געװאָרן װי אַ טמא אַלע, און אַלע אונדזערע גערעכטיקײטן איז װי אַ באַפֿלעקט קלײד און מיר װעלקן אַזױ װי אַ בלאַט אַלע, און אונדזער זינד טראָגט אונדז װי דער װינט אַװעק.6און נישטאָ װער זאָל רופֿן דײַן נאָמען, װער זאָל זיך דערװעקן זיך צו האַלטן אָן דיר; װאָרעם האָסט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים צו אונדז, און אונדז געמאַכט צעגײן דורך אונדזערע זינד.7און אַצונד, ה׳, דו ביסט אונדזער פֿאָטער, מיר זײַנען דער לײם, און דו ביסט אונדזער טעפּער, און דאָס װערק פֿון דײַנע הענט זײַנען מיר אַלע.8נישט צערענען זאָלסטו, ה׳, ביז גאָר, און נישט אױף אײביק געדענקען די זינד; זע, לוג, איך בעט דיך, דײַן פֿאָלק זײַנען מיר אַלע.9דײַנע הײליקע שטעט זײַנען געװאָרן אַ מדבר, צִיוֹן איז אַ מדבר געװאָרן, ירושָלַיִם אַ װיסטעניש;10אונדזער הײליק און אונדזער פּראַכטיק הױז, װוּ אונדזערע עלטערן האָבן דיך געלױבט, איז אַװעק אין בראַנדפֿײַער, און אַלע אונדזערע גלוסטיקײטן זײַנען געװאָרן צו װיסט.11װילסטו אױף דעם זיך אײַנהאַלטן, ה׳? װילסטו שװײַגן און אונדז פּײַניקן ביז גאָר?
Artists for Israel International