יְשַעְיָה52
1דערװעק דיך, דערװעק דיך, טו אָן דײַן שטאַרקײט, צִיוֹן; טו אָן דײַנע פּראַכטיקע בגדים, ירושָלַיִם, דו הײליקע שטאָט; װאָרעם מער װידער װעט נישט קומען אין דיר קײן עָרל און קײן טמא.2שאָקל דיך אָפּ פֿון שטױב, הײב דיך אױף, זעץ דיך, ירושָלַיִם; מאַך דיר לױז די בינדשטריק פֿון דײַן האַלדז, געפֿאַנגענע טאָכטער צִיוֹן.3װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אומזיסט זײַט איר פֿאַרקױפֿט געװאָרן, און נישט פֿאַר געלט װעט איר אױסגעלײזט װערן.4װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: קײן מִצרַיִם האָט גענידערט מײַן פֿאָלק צוערשט, דאָרטן צו װױנען, און אשור האָט אים פֿאַר גאָרנישט געדריקט.5און אַצונד, װאָס האָב איך דאָ, זאָגט ה׳, װען מײַן פֿאָלק איז אַװעקגענומען געװאָרן פֿאַר אומזיסט? זײַנע געװעלטיקער רימען זיך, זאָגט ה׳, און תּמיד אַ גאַנצן טאָג װערט מײַן נאָמען געלעסטערט.6דערום װעט מײַן פֿאָלק געװאָר װערן מײַן נאָמען; פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָג – אַז איך בין דער װאָס רעדט; דאָ בין איך.7װי שײן זײַנען אױף די בערג די פֿיס פֿון דעם מבֿשׂר װאָס לאָזט הערן שלום, װאָס איז מבֿשׂר גוטעם, װאָס לאָזט הערן הילף: װאָס זאָגט צו צִיוֹן: דײַן ג-ט טוט קיניגן.8האָרך! דײַנע װעכטער הײבן אױף זײער קֹול, זײ זינגען אין אײנעם, װאָרעם אױג אין אױג זעען זײ װי ה׳ קערט זיך אום קײן צִיוֹן.9ברעכט אױס, זינגט אין אײנעם, איר חורבֿות פֿון ירושָלַיִם, װאָרעם ה׳ האָט געטרײסט זײַן פֿאָלק, ער האָט אױסגעלײזט ירושָלַיִם.10ה׳ האָט אַנטבלױזט זײַן הײליקן אָרעם פֿאַר די אױגן פֿון אַלע פֿעלקער, און אַלע עקן פֿון דער ערד װעלן זען די ישועה פֿון אלוקינו.11טוט אײַך אָפּ, טוט אײַך אָפּ, גײט אַרױס פֿון דאָרטן, אומרײנס זאָלט איר נישט אָנרירן; גײט אַרױס פֿון איר מיט, רײניקט אײַך, איר טרעגער פֿון די כּלים פֿון ה׳!12פֿאַר װאָר, נישט אין אײַלעניש װעט איר אַרױס, און נישט אין געלאַף װעט איר גײן; װאָרעם אײַך פֿאַרױס גײט ה׳, און אײַך נאָכבאַלײט אלוקי יִשׂרָאֵל.13זע, באַגליקן װעט מײַן קנעכט, ער װעט זײַן דערהױבענעם און זײַן זײער הױך.14אַזױ װי פֿיל האָבן געגאַפֿט אױף דיר – אַזױ פֿאַרקריפּלט, נישט פֿון אַ מענטשן איז געװען זײַן אױסזען, און זײַן געשטאַלט נישט פֿון מענטשנקינדער –15אַזױ װעט ער באַשפּרענקלען פֿיל פֿעלקער, מלכים װעלן צומאַכן זײער מױל פֿאַר אים; װאָרעם װאָס זײ איז נישט דערצײלט געװאָרן, װעלן זײ זען, און װאָס זײ האָבן נישט געהערט װעלן זײ אָנקוקן.
Artists for Israel International