יְשַעְיָה46
1געקניט איז בֵל, געבױגן איז נבֿוֹ; זײערע געצן זײַנען אױף בהמות און אױף לאַסטפֿי; די װאָס איר פֿלעגט זיך אומטראָגן מיט זײ, זײַנען אױפֿגעלאָדן, אַ משׂא אױף מידע בהמות.2זײ זײַנען געבױגן, געקניט אין אײנעם; זײ האָבן נישט געקענט ראַטעװען די משׂא, און זײ אַלײן זײַנען אין געפֿאַנגענשאַפֿט אַװעק.3הערט מיר צו, איר הױז פֿון יעקבֿ, און דער גאַנצער איבערבלײַב פֿון הױז יִשׂרָאֵל, איר געפּעסטעטע פֿון מוטערלײַב, איר געטראָגענע פֿון געבערמוטער:4אַפֿילו ביז עלטער בין איך דער אײגענער, און ביז גראָע האָר װעל איך טראָגן; איך האָב געמאַכט, און איך װעל טראָגן, און איך װעל אױף זיך נעמען און װעל ראַטעװען.5צו װעמען װילט איר מיך צוגלײַכן און גלײַכשטעלן, און מיך פֿאַרגלײַכן, אַז מיר זאָלן גלײַך זײַן?6איר װאָס שיט גאָלד פֿון בײַטל, און װעגט זילבער אױפֿן װאָגשטאַנג; װאָס דינגט אַ שמעלצער ער זאָל דערפֿון מאַכן אַ ג-ט, מע זאָל זיך קניִען און בוקן.7מע נעמט אים אױפֿן אַקסל, מע טראָגט אים, און מע שטעלט אים אַװעק אױף זײַן פּלאַץ, און ער שטײט, ער רירט זיך נישט פֿון זײַן אָרט; אַפֿילו עמעצער שרײַט צו אים, ענטפֿערט ער נישט, פֿון זײַן נױט טוט ער נישט העלפֿן.8געדענקט דאָס, און מינטערט אײַך אױף, נעמט, איר פֿאַרברעכער, צום האַרצן.9געדענקט דאָס פֿריִערדיקע פֿון אײביק אָן: אַז איך בין אֵל, און מער איז נישטאָ, אלֹקים, און נישטאָ מײַן גלײַכן.10איך זאָג אָן פֿון אָנהײב דעם סוף, און פֿון פֿאַרצײַטן, װאָס איז נאָך נישט געשען; איך זאָג: מײַן באַראָט זאָל באַשטײן, און אַל מײַן באַגער װעל איך טאָן.11איך רוף פֿון מזרח דעם רױבפֿױגל, פֿון אַ װײַטן לאַנד דעם מאַן פֿון מײַן באַראָט; יאָ, איך האָב גערעדט, און איך װעל עס ברענגען, איך האָב באַשערט, און איך װעל עס טאָן.12הערט מיר צו, איר שטאַרקהאַרציקע, װאָס שפּירט זיך װײַט פֿון גערעכטיקײט:13איז דערנענטערן מײַן גערעכטיקײט, זי איז נישט װײַט, און מײַן ישועה װעט נישט זאַמען; און איך װעל געבן אין צִיוֹן אַ ישועה פֿאַר יִשׂרָאֵל מײַן צירונג.
Artists for Israel International