יְשַעְיָה44
1און אַצונד, הער, יעקבֿ מײַן קנעכט, און יִשׂרָאֵל, װעמען איך האָב אױסדערװײלט;2אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דײַן באַשעפֿער, און דײַן פֿורעמער פֿון מוטערלײַב, װאָס העלפֿט דיך: זאָלסט נישט מורא האָבן, מײַן קנעכט יעקבֿ, און ישוּרוּן, װעמען איך האָב אױסדערװײלט.3װאָרעם איך װעל גיסן װאַסער אױף דאָרשטיק לאַנד, און פֿלוסן אױף טריקעניש; איך װעל אױסגיסן מײַן גײַסט אױף דײַן זאָמען, און מײַן ברכה אױף דײַנע שפּראָצן.4און זײ װעלן שפּראָצן װי צװישן גראָז, װי װערבעס בײַ בעכן װאַסער.5דער װעט זאָגן: איך געהער צו ה׳; און דער װעט זיך רופֿן מיטן נאָמען פֿון יעקבֿ, און דער װעט אױפֿשברײַבן אױף זײַן האַנט צו ה׳, און מיטן נאָמען יִשׂרָאֵל זיך טיטלען.6אַזױ האָט געזאָגט ה׳, דער קיניג פֿון יִשׂרָאֵל, און זײַן אױסלײזער, ה׳ צבָֿאוֹת: איך בין דער ערשטער, און איך בין דער לעצטער, און חוץ מיר איז נישטאָ קײן אלֹקים.7און װער װי איך קען פֿאַרױסרופֿן – זאָל ער עס זאָגן און אױסלײגן פֿאַר מיר – פֿון זינט איך האָב באַשאַפֿן דאָס עלטסטע פֿאָלק? און דאָס קומעדיקע און װאָס װעט געשען זאָלן זײ דערצײלן.8איר זאָלט נישט אַנגסטן און נישט פֿאָרכטן; פֿאַר װאָר, פֿון לאַנג אָן האָב איך דיך געלאָזט הערן און דערצײלט, און איר זײַט מײַנע עדות. איז דען דאָ אַ ג-ט אַחוץ מיר, אַז נישטאָ אַ פֿעלדז איך זאָל נישט װיסן?9די פֿורעמער פֿון אַ געץ זײַנען נישטיק אַלע, און זײערע גלוסטיקע בילדער נוצן נישט; און זײ אַלײן זײַנען זײערע עדות, אַז זײ הערן נישט און װײסן נישט; דערום װעלן זײ פֿאַרשעמט װערן.10װער פֿורעמט עס אַ ג-ט, און גיסט אױס אַ געץ װאָס נוצט נישט!11זע, אַלע באַהעפֿטע אין אים װעלן זיך שעמען, און די מײַנסטערס – זײ מער פֿון אַלע מענטשן; זאָלן זײ אױפֿשטײן; אָבער זײ װעלן מורא האָבן, זאָלן זײ אַלע זיך אײַנזאַמלען, זיך שעמען, אין אײנעם.12דער אײַזנשמיד אַ האַק, און אַרבעט אױף קױלן, און מיט האַמערס טוט ער זי פֿורעמען, און אַרבעט זי אױס מיט זײַן שטאַרקן אָרעם; אױך װערט ער הונגעריק, און איז אָן כּוֹח, ער טרינקט נישט קײן װאַסער, און װערט פֿאַרשמאַכט.13דער האָלצמײנסטער ציט אױס אַ שנור; ער צײכנט עס מיט אַ שטיפֿט, ער מאַכט עס מיט הובלען צורעכט, און מיט אַ צירקל צײכנט ער עס אַרום, און ער מאַכט עס לױט דער געשטאַלט פֿון אַ מאַן, לױט דער שײנקײט פֿון אַ מענטשן, אױף צו װױנען אין אַ הױז.14ער האַקט זיך אױס צעדערן, און נעמט אַ האַרטדעמב אָדער אַן אײכנבױם, און װײלט זיך אױס צװישן די בײמער פֿון װאַלד; ער פֿלאַנצט אַ פֿיכטבױם, און דער רעגן מאַכט װאַקסן.15און עס איז פֿאַר דעם מענטשן אױף צו ברענען; און ער נעמט דערפֿון, און װאַרעמט זיך, אױך הײצט ער, און באַקט ברױט; דערצו מאַכט ער אַ ג-ט און בוקט זיך; מאַכט עס צום געץ, און קניט דערצו.16טײל דערפֿון האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער, אױף טײל דערפֿון עסט ער פֿלײש – בראָט בראָטן און זעטיקט זיך, אױך װאַרעמט ער זיך, און זאָגט: אַה! מיר איז װאַרעם, איך שפּיר דאָס פֿײַער;17און דעם איבערבלײַב דערפֿון מאַכט ער פֿאַר אַ ג-ט – פֿאַר זײַן געץ; קניט צו אים און בוקט זיך און טוט תּפֿילה צו אים, און זאָגט: ראַטעװע מיך, װאָרעם מײַן ג-ט ביסטו.18זײ װײסן נישט, און זײ פֿאַרשטײען נישט, װאָרעם פֿאַרקלעפּט פֿון צו זען זײַנען זײערע אױגן, פֿון צו פֿאַרשטײן – זײערע הערצער.19און קײנער איבערלײגט נישט אין זײַן האַרצן, און נישטאָ קײן דערקענונג און קײן שׂכל צו זאָגן: טײל דערפֿון האָב איך פֿאַרברענט אין פֿײַער, און אױך געבאַקט אױף זײַנע קױלן ברױט, געבראָטן פֿלײש און געגעסן; און דעם רעשט דערפֿון זאָל איך פֿאַר אַן אומװערדיקײט מאַכן? צו אַ שײַט האָלץ זאָל איך קניִען?20ער יאָגט זיך נאָך אַש, אַ פֿאַרנאַרט האַרץ האָט אים אַראָפּגעפֿירט, און ער איז נישט מציל זײַן נפֿש, און זאָגט נישט: פֿאַר װאָר, ליגן איז אין מײַן רעכטער האַנט.21געדענק דאָס דאָזיקע, יעקבֿ, און יִשׂרָאֵל, אַז מײַן קנעכט ביסטו; איך האָבן דיך געפֿורעמט, אַ קנעכט ביסטו מיר; יִשׂרָאֵל, זאָלסט מיך נישט פֿאַרגעסן.22איך האָב אָפּגעמעקט װי אַ כמאַרע דײַנע פֿאַרברעכן, און װי אַ װאָלקן דײַנע זינד; קער זיך אום צו מיר, װאָרעם איך האָב דיך אױסגעלײזט.23זינגט איר הימלען, װאָרעם ה׳ האָט אױפֿגעטאָן; שאַלט, איר טיפֿענישן פֿון דער ערד, ברעכט אױס, איר בערג, אין געזאַנג, דער װאַלד און יעטװעדער בױם אין אים; װאָרעם ה׳ האָט אױסגעלײזט יעקבֿ, און מיט יִשׂרָאֵל טוט ער זיך רימען.24אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דײַן אױסלײזער, און דײַן פֿורעמער פֿון מוטערלײַב: איך בין ה׳ װאָס האָב אַלץ דינג געמאַכט, װאָס האָב אױסגעצױגן די הימלען אַלײן, װאָס האָב אױסגעשפּרײט די ערד פֿון מיר זעלבערט;25װאָס פֿאַרשטערט די צײכנס פֿון די ליגנערס, און די װאָרזאָגער מאַכט ער צעדולט; װאָס קערט די חכמים אַהינטער, און זײער שׂכל באַנאַרישט ער;26װאָס איז מקײם דאָס װאָרט פֿון זײַן קנעכט, און דעם באַראָט פֿון זײַנע שלוחים פֿירט ער אױס; װאָס זאָגט אױף ירושָלַיִם: זײ זאָל באַזעצט װערן; און אױף די שטעט פֿון יהוּדה: זײ זאָלן אָפּגעבױט װערן, און אירע חורבֿות װעל איך אױפֿריכטן;27װאָס זאָגט צו דער טיפֿעניש: װער טרוקן, און דײַנע טײַכן װעל איך אױסטריקענען;28װאָס זאָגט אױף כּוֹרֶשן: ער איז מײַן פּאַסטוך, און אַל מײַן באַגער װעט ער אױספֿירן, צו זאָגן אױף ירושָלַיִם: זי זאָל געבױט װערן, און צום הֵיכל: זאָלסט געגרונטפֿעסט װערן.
Artists for Israel International