יְשַעְיָה30
1װײ, קינדער אָפּקערער, זאָגט ה׳, צו מאַכן עצות װאָס נישט פֿון מיר, און צו װעבן געװעבן װאָס נישט מײַן גײַסט, כּדי צו מערן זינד אױף זינד!2די װאָס גײען נידערן קײן מִצרַיִם, און מײַן מױל האָבן זײ נישט געפֿרעגט; זיך צו שיצן אין דער באַשיצונג פֿון פַּרעהן, און זיך צו באַשירעמען אין שאָטן פֿון מִצרַיִם.3אָבער די באַשיצונג פֿון פַּרעהן װעט אײַך װערן צו בושה, און די באַשירעמונג אין שאָטן פֿון מִצרַיִם צו שאַנד.4װאָרעם אין צוֹעַן זײַנען געװען זײַנע האַרן, און זײַנע שלוחים טוען קײן חָנֵס דערגרײכן.5אַלע װעלן זײ זיך שעמען איבער דעם פֿאָלק װאָס קען זײ נישט נוצן, װאָס זײַנען נישט צו הילף און נישט צו נוץ, נאָר צו בושה און צו חרפּה.6די נבֿואה אױפֿן בהמות פֿון דָרום:
דורך אַ לאַנד פֿון נױט און אַנגסט, װאָס די לײבינטע און דער לײב איז פֿון דאָרטן, דער פּיפּערנאָטער און דער פֿליִעדיקער לינדװאָרעם, פֿירן זײ אױפֿן רוקן פֿון יונגאײזלען זײערע פֿאַרמעגנס, און אױפֿן הױקער פֿון קעמלען זײערע אוֹצרות, צו אַ פֿאָלק װאָס קען נישט נוצן.7און מִצרַיִם איז הבֿל און לײדיקײט; דערפֿאַר האָב איך דאָס גערופֿן: רַהַב — זײ זײַנען אין רו.8אַצונד קום פֿאַרשרײַב עס אױף אַ טאָװל בײַ זײ, און אין אַ בוך פֿאַרצײכן עס, און עס זאָל זײַן ביזן לעצטן טאָג, אױף אײביק און שטענדיק.9װאָרעם אַ װידערשפּעניק פֿאָלק איז דאָס, קינדער לײקענער, קינדער װאָס װילן נישט הערן די לערנונג פֿון ה׳;10װאָס זאָגן צו די נבֿיאים: איר זאָלט נישט נבֿיאות זאָגן; און צו די זעערס: איר זאָלט אונדז נישט זען די ריכטיקײט; רעדט אונדז גלאַטע רײד, זעט גענאַרענישן.11קערט אײַך אָפּ פֿון װעג, נײַגט אײַך אָפּ פֿון שטעג, טוט אָפּ פֿון אונדזער פּנים דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל!12דערום האָט דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל אַזױ געזאָגט: װײַל איר פֿאַראַכט דאָס דאָזיקע װאָרט, און איר האָט אײַך פֿאַרזיכערט אױף רױב און באַטרוג, און אײַך אָנגעלענט דערױף,13דערום װעט אײַך זײַן די דאָזיקע זינד אַזױ װי אַן אָנקרײטיקער בראָך אַנטפּלעקט אין אַ הױכער מױער, װאָס פּלוצים-פּלוצלינג װעט קומען איר צעברעכעניש.14און ער װעט זי צעברעכן װי מע צעברעכט אַ טעפּערגעפֿעס צעהאַקן און נישט שױנען; און אין אירע שטיקער װעט זיך נישט געפֿינען אַ שאַרבן אױף אַרױסשאַרן פֿײַער פֿון אױװן, אָדער אָנשעפּן װאַסער פֿון גרוב.15װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳, דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל: דורך תּשובֿה און מנוחה װעט איר געהאָלפֿן װערן, אין רו און זיכערקײט װעט זײַן אײַער גבֿורה; אָבער איר האָט נישט געװאָלט.16און איר האָט געזאָגט: נײן, נײַערט אױף פֿערד װעלן מיר לױפֿן; דערום װעט איר לױפֿן; און: אױף פֿלינקע װעלן מיר רײַטן; דערום װעלן פֿלינק זײַן אײַערע נאָכיאָגערס.17אַ טױזנט פֿאַר דעם אָנגעשרײ פֿון אײנעם, פֿאַר דעם אָנגעשרײ פֿון פֿינף װעט איר אַלע אַנטלױפֿן; ביז װאַנען איר װעט בלײַבן װי אַ שטאַנג אױף אַ שפּיץ באַרג, און װי אַ פֿאָן אױף אַ הױכן אָרט.18אָבער פֿון דעסט װעגן טוט ה׳ האַרן אײַך צו לײַטזעליקן, און פֿון דעסט װעגן טוט ער גאַרן אײַך צו דערבאַרעמען; װאָרעם אַ ג-ט פֿון גערעכטיקײט איז ה׳, װױל צו די װאָס האַרן אױף אים.19װאָרעם דו פֿאָלק װאָס זיצסט אין צִיוֹן, אין ירושָלַיִם, װײנען װעסטו מער נישט װײנען; לײַטזעליקן װעט ער דיך לײַטזעליקן אױף דעם קֹול פֿון דײַן געשרײ, װי ער װעט הערן, טוט ער דיר ענטפֿערן.20און אֲדֹנָי װעט אײַך געבן קאַרג ברױט און קנאַפּ װאַסער, אָבער דײַן לערער װעט מער נישט זײַן פֿאַרהױלן, און דײַנע אױגן װעלן זען דײַן לערער.21און דײַנע אױערן װעלן הערן אַ װאָרט הינטער דיר, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דער װעג, גײט אױף אים, סײַ איר װעט זיך קערן רעכטס, און סײַ איר װעט זיך קערן לינקס.22און איר װעט פֿאַראומרײניקן דעם איבערצוג פֿון דײַנע זילבערגעצן, און דעם באַקלײד פֿון דײַן געגאָסענעם גאָלדגעץ. אַװעקװאַרפֿן װעסטו זײ אַזױ װי אומרײנס; אַרױס! װעסטו זאָגן דערצו.23און ער װעט געבן רעגן פֿאַר דײַן זריעה װאָס דו װעסט זײען אין דער ערד, און דאָס ברױט פֿון דער תּבֿואה פֿון דער ערד װעט זײַן פֿעט און זאַפֿטיק. דײַן פֿיך װעט זיך פֿיטערן אין יענעם טאָג אױף אַ לאָנקע אַ ברײטער.24און די רינדער און די יונגאײזלען װאָס באַאַרבעטן די ערד, װעלן עסן געשמאַקע פֿוטער, װאָס מע װינטשופֿלט מיט אַ װינטגאַפֿל און מיט אַ װינטשופֿל.25און אױף יעטװעדער הױכן באַרג, און אױף יעטװעדער דערהױבענעם בערגל, װעלן זײַן בעכן, שטראָמען װאַסער, אין דעם טאָג פֿון גרױס טײטונג, װען טורעמס טוען פֿאַלן.26און דאָס ליכט פֿון דער לבֿנה װעט זײַן װי דאָס ליכט פֿון דער זון, און דאָס ליכט פֿון דער זון װעט זײַן זיבנפֿאַך – װי דאָס ליכט פֿון זיבן טעג, אין דעם טאָג װאָס ה׳ פֿאַרבינדט דעם בראָך פֿון זײַן פֿאָלק, און דעם ריס פֿון זײַן װוּנד טוט ער הײלן.27זע, דער נאָמען פֿון ה׳ קומט אָן פֿון דער װײַט, זײַן צאָרן ברענט, און אַ שװערער רױך הײבט זיך אױף; זײַנע ליפּן זײַנען פֿול מיט צאָרן, און זײַן צונג װי אַ פֿײַער װאָס פֿאַרצערט;28און זײַן אָטעם װי אַ פֿלײציקער שטראָם, װאָס גרײכט ביז צום האַלדז; צו זיפּן די פֿעלקער אין אַ זיפּ פֿון פֿאַרװיסטונג, מיט אַ פֿאַרפֿיריקער צאַם אױף די באַקן פֿון די אומות.29אַ געזאַנג װעט בײַ אײַך זײַן, װי אין דער נאַכט װאָס אַ יוֹם-טובֿ װערט געהײליקט, און אַ האַרציקע שׂימחה, װי בײַ דעם װאָס גײט מיט אַ פֿלײט, צו קומען אױפֿן באַרג פֿון ה׳, צום פֿעלדז פֿון יִשׂרָאֵל.30און ה׳ װעט לאָזן הערן דעם הילך פֿון זײַן קֹול, און װעט װײַזן דעם אַראָפּלאָז פֿון זײַן אָרעם, מיט גרימצאָרן און פֿלאַמפֿײַער װאָס פֿאַרצערט, מיט װאָלקנבראָך און פֿלײצונג און האָגלשטײן.31װאָרעם פֿון דעם קֹול פֿון ה׳ װעט צעבראָכן װערן אשור, די רוט מיט װאָס ער פֿלעגט שלאָגן.32און װוּ נאָר עס גײט דורך דער שטעקן פֿון באַשערונג, װאָס ה׳ װעט אַראָפּלאָזן אױף אים, װעט עס זײַן מיט פּױקן און מיט האַרפֿן; און מיט אױפֿגעהױבענע מלחמות װעט ער מלחמה האַלטן אױף זײ.33װאָרעם אָנגעגרײט פֿון נעכטן איז דער פֿײַעראָרט, יאָ, פֿאַרן מלך איז ער צוגעגרײט, טיף איז ער, ברײט איז ער; זײַן הױפֿן האָט פֿײַער און האָלץ אַ סך, ה׳ס אָטעם טוט ברענען װי אַ טײַך שװעבל דערין.

Artists for Israel International