יְשַעְיָה28
1װײ, די שטאָלצע קרױן פֿון די שכּורים פֿון אפֿרים, און די װעלקעדיקע בליִעכץ פֿון זײַן פּראַכטיקער שײנקײט, װאָס אױפֿן שטאָלצבאַזאַלבטן קאָפּ פֿון די װײַנפֿאַרטומלטע!2זע, אֲדֹנָי האָט אַ שטאַרקן און אַ מאַכטיקן, װי אַ האָגלגעװיטער, אַ שטורעם פֿון צעשטערונג, װי אַ שטראָם פֿון שטאַרקע, פֿלײציקע װאַסערן, װאָס לײגט צו דער ערד מיט געװאַלט.3מיט די פֿיס װעט צעטרעטן װערן די שטאָלצע קרױן פֿון די שכּורים פֿון אפֿרים.4און די װעלקעדיקע בליִעכץ פֿון זײַן פּראַכטיקער שײנקײט, װאָס אױפֿן שטאָלצבאַזאַלבטן קאָפּ, װעט זײַן װי אַן ערשטפֿרוכט פֿאַר זומער, װאָס אַז דער זעער דערזעט זי, שלינגט ער זי אײַן װען זי איז נאָך אין זײַן האַנט.5אין יענעם טאָג װעט ה׳ צבָֿאוֹת זײַן פֿאַר אַ קרױן פֿון שײנקײט, און פֿאַר אַ קראַנץ פֿון פּראַכטיקײט, פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון זײַן פֿאָלק,6און פֿאַר אַ גײַסט פֿון משפּט פֿאַר דעם װאָס זיצט איבערן משפּט, און פֿאַר גבֿורה צו די װאָס שלאָגן צוריק די מלחמה בײַם טױער.7און אױך די דאָזיקע װאַקלען זיך פֿון װײַן, און שאָקלען זיך פֿון טרונק; דער כּהן און דער נבֿיא װאַקלען זיך פֿון טרונק, זײ זײַנען צעמישט פֿון װײַן, זײ שאָקלען זיך פֿון טרונק, זײ װאַקלען זיך אין דער זעונג, זײ װערן געשטרױכלט בײַם משפּט.8װאָרעם אַלע טישן זײַנען פֿול מיט שמוציקער מײקעכץ, ביז נישטאָ אַן אָרט אַ רײנער.9װעמען זאָל מען לערנען װיסן? און װעמען געבן צו פֿאַרשטײן די הערונג? פֿון מילך אַנטװױנטע? פֿון ברוסט אַװעקגענומענע?10װאָרעם עס איז אַ געבאָט צו אַ געבאָט, אַ געבאָט צו אַ געבאָט, אַ שטריך צו אַ שטריך, אַ שטריך צו אַ שטריך, אַ ביסל דאָ, אַ ביסעל דאָרט.11װאָרעם מיט אַ שטאַמלדיקער ליפּ, און מיט אַ פֿרעמדן לשון, מוז מען רעדן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק,12װאָס מע האָט צו זײ געזאָגט: דאָס איז די רוּונג, מאַכט רוען דעם מידן; און דאָס איז די מנוחה; אָבער זײ האָבן נישט געװאָלט הערן.13און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז בײַ זײ אַ געבאָט צו אַ געבאָט, אַ געבאָט צו אַ געבאָט, אַ שטריך צו אַ שטריך, אַ שטריך צו אַ שטריך, אַ ביסל דאָ, אַ ביסל דאָרט; כּדי זײ זאָלן גײן און געשטרױכלט װערן אַהינטער, און צעבראָכן און געפֿאַנגען און באַצװוּנגען װערן.14דערום הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר לײַט פֿון געשפּעט, איר װערטלזאָגער פֿון דאָזיקן פֿאָלק װאָס אין ירושָלַיִם:15װײַל איר האָט געזאָגט: מיר האָבן געשלאָסן אַ ברית מיטן טױט, און מיט שְׁאֹול האָבן מיר אַן אָפּמאַך געמאַכט; אַז די פֿלײציקע רוט װעט דורכגײן, װעט זי צו אונדז נישט קומען, װאָרעם מיר האָבן ליגן געמאַכט אונדזער באַשיצונג, און אין פֿאַלשקײט האָבן מיר זיך פֿאַרבאָרגן;16דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך גרונטפֿעסט אין צִיוֹן אַ שטײן, אַ געפּרוּװטן שטײן, אַ טײַערן װינקל, אַ פֿעסטן גרונטפֿעסט; דער װאָס גלױבט, זאָל נישט אײַלן.17און איך װעל מאַכן גערעכטיקײט פֿאַר אַ מעסטשנור, און רעכטפֿאַרטיקײט פֿאַר אַ בױגעװיכט; און אַ האָגל װעט אַװעקקערן די באַשיצונג פֿון ליגן, און די פֿאַרבאָרגעניש װעלן װאַסערן אַװעקפֿלײצן.18און אָפּגעמעקט װעט װערן אײַער ברית מיטן טױט, און אײַער אָפּמאַך מיט דער שְׁאֹול װעט נישט באַשטײן. אַז די פֿלײציקע רוט װעט דורכגײן, װעט איר פֿון איר צעטרעטן װערן.19װי אָפֿט זי גײט דורך װעט זי אײַך נעמען; װאָרעם פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן װעט זי דורכגײן, בײַ טאָג און בײַ נאַכט; און אַ הױלע שרעק װעט זײַן צו באַנעמען די הערונג.20װאָרעם דאָס בעט איז צו קורץ זיך אױסצוציִען, און דער צודעק צו שמאָל אַז מע דרײט זיך צונױף.21װאָרעם אַזױ װי אױף באַרג פּרָצים װעט ה׳ אױפֿשטײן, אַזױ װי אין טאָל פֿון גִבֿעוֹן װעט ער צערענען, צו טאָן זײַן טוּונג – פֿרעמד איז זײַן טוּונג, און צו װערקן זײַן װערק – אױסטערליש איז זײַן װערק.22און אַצונד זאָלט איר נישט שפּעטן, כּדי אײַערע בינדשטריק זאָלן נישט פֿעסטער װערן; װאָרעם אַ פֿאַרלענדונג און אַ גזר האָב איך געהערט פֿון אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת, אױפֿן גאַנצן לאַנד.23לײגט צו דאָס אױער, און הערט מײַן קֹול, פֿאַרנעמט און הערט מײַן װאָרט;24אַקערט דען נאָכאַנאַנד דער אַקערער אױף צו זײען, און עפֿנט און צעהאַקט זײַן ערד?25פֿאַר װאָר, אַז ער האָט אױסגעגליכן איר אײבערפֿלעך, צעשפּרײט ער שװאַרצקימל, און קימל װאַרפֿט ער אױס, און טוט אַרײַן װײץ אין שורות, און גערשט אױפֿן אָנגעצײכנטן אָרט, און טונקלװײץ בײַם ראַנד דערפֿון.26װאָרעם אים האָט ריכטיק געלערנט, אים טוט װײַזן זײַן ג-ט.27יאָ, נישט מיט אַ דרעששליטן װערט שװאַרצקימל געדראָשן, און אַ ראָד פֿון אַ װאָגן װערט נישט אױף קימל געדרײט; נײַערט מיט אַ שטעקן װערט שװאַרצקימל געקלאַפּט, און קימל מיט אַ רוט.28װערט ברױטקאָרן צעדריקט? פֿאַר װאָר, נישט אײביק דרעשן דרעשט ער עס; הגם עס רײַשט דער װאַלץ פֿון זײַן װאָגן מיט זײַנע צאַקן – צעדריקן װעט ער עס נישט.29דאָס אױך איז אַרױס פֿון ה׳ צבָֿאוֹת; װוּנדערלעך איז ער אין באַראָט, גרױס איז ער אין חכמה.
Artists for Israel International