יְשַעְיָה22
1די נבֿואה אױף דעם טאָל פֿון זעונג:
װאָס איז דיר דען װאָס דו ביסט אין גאַנצן אױף די דעכער אַרױף,2דו פֿולע מיט טומל, דו רױשיקע שטאָט, דו לוסטיקער כּרך? דײַנע דערשלאָגענע זײַנען נישט פֿון שװערד דערשלאָגן, און נישט אין מלחמה געטײטע.3אַלע דײַנע האַרן זײַנען אין אײנעם אַנטלאָפֿן, אָן אַ בױגן זײַנען זײ געפֿאַנגען געװאָרן; אַלע דײַנע געפֿונענע זײַנען אין אײנעם געפֿאַנגען געװאָרן – די װאָס זײַנען אין דער װײַט אַנטלאָפֿן.4דערום האָב איך געזאָגט: קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, לאָמיך ביטערלעך װײנען; איר זאָלט נישט צושטײן מיך צו טרײסטן, אױף דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק.5װאָרעם אַ טאָג פֿון טומל און טרעטונג און צעטומלטקײט איז בײַ אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת, אין טאָל פֿון זעונג; מע ברעכט מױערן, און אַ געשרײ ביזן באַרג.6און עֵילָם טראָגט דעם פֿײַלבײַטל, מיט אַ מחנה מענטשן רײַטער, און קיר האָט אַנטבלױזט דעם שילד.7און עס איז געװען, אַז דײַנע בעסטע טאָלן זײַנען פֿול געװאָרן מיט רײַטװעגן, און די רײַטער האָבן שטעלן זיך אױסגעשטעלט קעגן טױער,8און דעם צודעק פֿון יהוּדה האָט מען אָפּגעדעקט.
אין יענעם טאָג האָסטו אױסגעקוקט אױפֿן װאַפֿן פֿון װאַלד-הױז.9און די שפּאַלטן פֿון דָוִדס-שטאָט האָט איר געזען אַז זײ זײַנען פֿיל; און איר האָט אײַנגעזאַמלט דאָס װאַסער פֿון אונטערשטן טײַך.10און די הײַזער פֿון ירושָלַיִם האָט איר פֿאַרצײכנט, און אײַנגעװאָרפֿן די הײַזער צו באַפֿעסטיקן די מױער.11און אַ זאַמלאָרט צװישן די צװײ מױערן האָט איר געמאַכט, פֿאַר דעם װאַסער פֿון אַלטן טײַך. און איר האָט נישט געקוקט צו דעם װאָס האָט עס געטאָן, און דעם װאָס האָט עס באַשערט פֿון לאַנג אָן האָט איר נישט געזען.12און אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת, האָט גערופֿן אין יענעם טאָג, צו געװײן און צו קלאָג און צו פּליכעניש, און צום אָנגורטן זאַק;13ערשט עס איז שָׂשׂון-וּשׂימחה, קױלן רינדער און שעכטן שאָף, עסן פֿלײש, און טרינקען װײַן; עסן און טרינקען, װאָרעם מאָרגן װעלן מיר שטאַרבן.14און ה׳ צבָֿאוֹת האָט זיך אַנטפּלעקט אין מײַנע אױערן: אױב די דאָזיקע זינד װעט אײַך פֿאַרגעבן װערן ביז איר װעט שטאַרבן! האָט געזאָגט אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת.15אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי, ה׳ צבָֿאוֹת: גײ קום צו דעם דאָזיקן אױפֿזעער, צו שֶבֿנאָ װאָס איבערן פּאַלאַץ:16װאָס האָסטו דאָ, און װעמען האָסטו דאָ, װאָס דו האָסט דיר דאָ אַ קבֿר אױסגעהאַקט, דו װאָס האָסט אױסגעהאַקט אין דער הײך דײַן קבֿר, זיך אױסגעשניטן אין פֿעלדז אַ װױנונג?17זע, ה׳ שלײַדערט דיך אַ מאַכטיקן שלײַדער, און דרײט דיך אום דרײענדיק;18קוליִען אין אַ קֹול װעט ער דיך אַװעקקוליען, װי אַ באַל, אין אַ ברײטרױמיק לאַנד. דאָרטן װעסטו שטאַרבן, און דאָרטן װעלן זײַן דײַנע פּראַכטיקע רײַטװעגן, דו שאַנד פֿון דעם הױז פֿון דײַן האַר!19און איך װעל דיך אַראָפּשטױסן פֿון דײַן שטאַנד, און פֿון דײַן שטעל װעט מען דיך אַראָפּװאַרפֿן.20און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך רופֿן מײַן קנעכט אֶליָקים דעם זון פֿון חִלקִיָהון.21און איך װעל אים אָנטאָן דײַן מאַנטל, און דײַן גאַרטל װעל איך אים אַרומבינדן, און דײַן ממשלה װעל איך געבן אין זײַן האַנט; און ער װעט זײַן פֿאַר אַ פֿאָטער צום באַװױנער פֿון ירושָלַיִם, און צום הױז פֿון יהוּדה.22און איך װעל געבן דעם שליסל פֿון דָוִדס הױז אױף זײַן אַקסל, און ער װעט עפֿענען, און קײנער װעט נישט פֿאַרשליסן, און ער װעט פֿאַרשליסן, און קײנער װעט נישט עפֿענען.23און איך װעל אים באַפֿעסטיקן װי אַ פֿלעקל אין אַ זיכערן אָרט; און ער װעט זײַן אַ טראָן פֿון כּבֿוד פֿאַר זײַן פֿאָטערס הױז.24און דאָס גאַנצע געזעמל פֿון זײַן פֿאָטערס הױז, קינד און קײט, װעלן אָנהענגען אױף אים אַלע קלײנע געפֿעסן, פֿון די בעקנגעפֿעסן און ביז אַלע קרוגגעפֿעסן.25אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, װעט אָפּגעטאָן װערן דאָס פֿלעקל װאָס איז באַפֿעסטיקט אין אַ זיכערן אָרט, און װעט אָפּגעהאַקט װערן און אַראָפּפֿאַלן, און די משׂא װאָס אױף אים װעט פֿאַרשניטן װערן; װאָרעם ה׳ האָט גערעדט.

Artists for Israel International