יְשַעְיָה2

1דאָס װאָרט װאָס ישַעיָהו דער זון פֿון אָמוצן האָט געזען אױף יהוּדה און ירושָלַיִם.
2און עס װעט זײַן אין סוף פֿון די טעג, װעט שטײן פֿעסט דער באַרג פֿון ה׳ס הױז אױבן אָן פֿון די בערג, און דערהױבן איבער די הײכן; און אַלע פֿעלקער װעלן צו אים שטראָמען.3און פֿיל אומות װעלן גײן און װעלן זאָגן: קומט, און לאָמיר אַרױפֿגײן צום באַרג פֿון ה׳, צום הױז פֿון דעם אלוקי יעקבֿ; און ער װעט אונדז לערנען פֿון זײַנע װעגן, און מיר װעלן גײן אין זײַנע שטעגן; װאָרעם פֿון צִיוֹן װעט אַרױסגײן אַ תּורה, און ה׳ס װאָרט פֿון ירושָלַיִם.4און ער װעט משפּטן צװישן די פֿעלקער, און אַנטשײדן איבער פֿיל אומות; און זײ װעלן שמידן זײערע שװערדן אױף אַקעראײַזנס, און זײערע שפּיזן אױף צװײַגמעסערס; אַ פֿאָלק קעגן אַ פֿאָלק װעט נישט הײבן אַ שװערד, און מע װעט נישט מער לערנען מלחמה.
5הױז פֿון יעקבֿ, קומט, און לאָמיר גײן אין דעם ליכט פֿון ה׳.6װאָרעם האָסט פֿאַרלאָזט דײַן פֿאָלק, דאָס הױז פֿון יעקבֿ, װײַל זײ זײַנען פֿול מיט כּישוף פֿון מזרח, און מיט װאָרזאָגער אַזױ װי די פּלִשתּים, און מיט פֿרעמדגעבאָרענע זאַכן גיבן זײ זיך אָפּ.7און אָנגעפֿילט געװאָרן איז זײַן לאַנד מיט זילבער און גאָלד, און נישטאָ קײן שיעור צו זײַנע אוֹצרות; און אָנגעפֿילט געװאָרן איז זײַן לאַנד מיט פֿערד, און נישטאָ קײן שיעור צו זײַנע רײַטװעגן.8און אָנגעפֿילט געװאָרן איז זײַן לאַנד מיט אָפּגעטער; צום װערק פֿון זײערע הענט טוען זײ זיך בוקן, צו װאָס זײערע פֿינגער האָבן געמאַכט.9און געבױגן איז דער מענטש, און נידעריק איז דער מאַן, און דו קענסט זײ נישט פֿאַרגעבן.10גײ אַרײַן אין פֿעלדז, און באַהאַלט זיך אין שטױב, פֿאַר דער פֿאָרכטיקײט פֿון ה׳, און פֿאַר דער פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט.11די האָפֿערדיקע אױגן פֿון מענטשן װערן דערנידערט, און די הױכקײט פֿון לײַט װעט געבױגן װערן, און ה׳ אַלײן װעט זײַן דערהױבן אין יענעם טאָג.
12װאָרעם אַ טאָג איז דאָ בײַ ה׳ צבָֿאוֹת, אױף אַלעם שטאָלצן און הױכן, און אױף אַלעם דערהױבענעם, עס זאָל דערנידערט װערן;13און אױף אַלע צעדערן פֿון לבֿנוֹן, די הױכע און דערהױבענע, און אױף אַלע אײכנבײמער פֿון בָשָן;14און אױף אַלע הױכע בערג, און אױף אַלע דערהױבענע הײכן;15און אױף יעטװעדער הױכן טורעם, און אױף יעטװעדער באַפֿעסטיקטער מױער;16און אױף אַלע שיפֿן פֿון תַּרְשִיש, און אױף אַלע גלוסטיקע שיפֿן.17און די האָפֿערדיקײט פֿון מענטשן װעט געבױגן װערן, און די הױכקײט פֿון לײַט װעט דערנידערט װערן, און ה׳ אַלײן װעט זײַן דערהױבן אין יענעם טאָג.18און די אָפּגעטער װעלן אין גאַנצן פֿאַרגײן.19און מע װעט אַרײַנגײן אין הײלן פֿון פֿעלדזן, און אין לעכער פֿון דער ערד, פֿאַר דער פֿאָרכטיקײט פֿון ה׳, און פֿאַר דער פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט, װען ער שטײט אױף די ערד אױפֿצוטרײסלען.
20אין יענעם טאָג װעט אַװעקװאַרפֿן דער מענטש זײַנע אָפּגעטער פֿון זילבער, און זײַנע אָפּגעטער פֿון גאָלד, װאָס זײ האָבן זיך געמאַכט, זיך צו בוקן, פֿאַר די קראָטן און פֿאַר די פֿלעדערמײַז;21כּדי אַרײַנצוגײן אין לעכער פֿון פֿעלדזן, און אין שפּאַלטן פֿון שטײנער, פֿאַר דער פֿאָרכטיקײט פֿון ה׳, און פֿאַר דער פּראַכט פֿון זײַן גרױסקײט, װען ער שטײט אױף די ערד אױפֿצוטרײסלען.
22פֿאַרמײַדט אײַך פֿונעם מענטשן װאָס אַ אָטעם איז אין זײַן נאָז, װאָרעם װאָס איז ער גערעכנט?

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276