הוֹשֵעַ6

1קומט און לאָמיר זיך אומקערן צו ה׳, װאָרעם ער האָט פֿאַרצוקט, און ער װעט אונדז הײלן, ער שלאָגט און ער װעט אונדז פֿאַרבינדן,2נאָך צװײ טעג װעט ער אונדז אױפֿלעבן, אױפֿן דריטן טאָג װעט ער אונדז אױפֿריכטן, און מיר װעלן לעבן פֿאַר אים.3און לאָמיר דערקענען, לאָמיר זיך יאָגן צו דערקענען ה׳; זיכער װי דער באַגינען איז זײַן אַרױסגאַנג; און ער װעט קומען צו אונדז װי דער רעגן, און װי שפּעטרעגן װאָס באַװאַסערט די ערד.
4װאָס זאָל איך טאָן צו דיר, אפֿרים? װאָס זאָל איך טאָן צו דיר, יהוּדה? אַז אײַער גוצקײט איז װי אַ פֿרימאָרגנװאָלקן, און װי דער טױ װאָס פֿאַרגײט אין דער פֿרי.5דערום האָב איך געהאַקט דורך די נבֿיאים, זײ געהרגעט מיט די װערטער פֿון מײַן מױל; כּדי דײַן משפּט זאָל װי דאָס ליכט אַרױס.6װאָרעם חֶסֶד האָב איך באַגערט און נישט שלאַכטאָפּפֿער, און דערקענונג פֿון אלֹקים אײדער בראַנדאָפּפֿער.
7אָבער זײ װי אָדָם האָבן איבערגעטרעטן דעם ברית; אָן האָבן זײ געפֿעלשט אָן מיר.8גִלעָד איז אַ שטאָט פֿון אומרעכטטוער, אױסגעטרעטן מיט בלוט.9און װי באַנדעס װאָס לױערן אױף מענטשן, איז די חבֿרה פֿון די כּהנים; זײ טײטן אױפֿן װעג קײן שכֶם, יאָ, שענדלעכקײט באַגײען זײ.10אין הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָב איך שױדערהאַפֿטיקס געזען, אָן איז זנות בײַ אפֿרים, פֿאַראומרײניקט איז יִשׂרָאֵל.
11אױך אױף דיר, יהוּדה, האָט מען אַ שניט באַשערט.
אַז איך װיל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מײַן פֿאָלק,

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276