הוֹשֵעַ4

1הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָרעם ה׳ האָט אַ קריג מיט די באַװױנער פֿון לאַנד, װײַל קײן אמת און קײן גענאָד, און קײן דערקענונג פֿון אלֹקים איז נישטאָ אין לאַנד.2שװערן און לײקענען און טײטן און גנבֿען און מזנה זײַן, זײַנען פֿאַרשפּרײט, און בלוט אָן בלוט רירט זיך אָן.3דערום װער טרױערן דאָס לאַנד, און פֿאַרװעלקט װערן װעט איטלעכער װױנער דערין, מיט דער חיה פֿון פֿעלד, און מיטן פֿױגל פֿון הימל; און אַפֿילו די פֿישן פֿון ים װעלן אײַנגעטאָן װערן.
4אָבער קײנער טאָר זיך נישט קריגן, און נישט שטראָפֿן טאָר קײנער, װאָרעם דײַן פֿאָלק זײַנען אַזעלכע װאָס קריגן זיך מיטן כּהן.5דערום װעסטו שטרױכלען בײַ טאָג, און אױך דער נבֿיא װעט געשטרױכלט װערן מיט דיר בײַ נאַכט, און איך װעל פֿאַרשנײַדן דײַן מוטער.6פֿאַרשניטן װערט מײַן פֿאָלק פֿון נישט װיסנשאַפֿט; װײַל דו האָסט פֿאַראַכט װיסנשאַפֿט, דערום האָב איך דיך פֿאַראַכט פֿון צו זײַן מיר אַ כּהן; אַז דו האָסט פֿאַרגעסן די תּורה פֿון דײַן ג-ט, װעל איך אױך פֿאַרגעסן אָן דײַנע קינדער.
7װי זײ האָבן זיך געמערט, אַזױ האָבן זײ געזינדיקט צו מיר; װעל איך זײער כּבֿוד אױף שאַנד אומבײַטן.8זײ עסן אױף די זינדאָפּפֿער פֿון מײַן פֿאָלק, און אױף זײער פֿאַרברעך קוקן זײ אױס.9דערום װעט זײַן, אַזױ דאָס פֿאָלק אַזױ דער כּהן, און איך װעל זיך רעכענען מיט אים פֿאַר זײַנע װעגן, און זײַנע מעשׂים װעל איך אים אומקערן.10און זײ װעלן עסן און נישט זאַט װערן, זײ זײַנען מזַנה, אָבער זײ װעלן זיך נישט מערן; װײַל זײ האָבן אױפֿגעהערט אױף ה׳ צו אַכטן.11זנות און װײַן און טרױבנזאַפֿט פֿאַרקנעכטיקן דאָס האַרץ.12מײַן פֿאָלק פֿרעגט בײַ זײ האָלץ, און זײַן שטעקן באַשײדט אים; װאָרעם אַ גײַסט פֿון זנות האָט פֿאַרפֿירט, און זײ האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון אונטער זײער ג-ט.13אױף די שפּיצן בערג שלאַכטן זײ, און אױף די הײכן רײכערן זײ, אונטער אײכנבױם און טאָפּאָליע און טערעבינט, װײַל זײַן שאָטן איז גוט. דערום זײַנען אײַערע טעכטער מזַנה, און אײַערע שניר זײַנען אומגעטרײַ.14איך פֿאַרדענק נישט אײַערע טעכטער װאָס זײ זײַנען מזַנה, און אײַערע שניר װאָס זײ זײַנען אומגעטרײַ, װײַל די מענטשן אַלײן גײען מיט זוֹנות אַװעק, און מיט שאַנדװײַבער ברענגען זײ שלאַכטאָפּפֿער; און דאָס פֿאָלק װאָס פֿאַרשטײט נישט, װערט געשטרױכלט.
15אױב דו יִשׂרָאֵל ביסט מזַנה, זאָל זיך יהוּדה נישט פֿאַרשולדיקן; און קומט נישט קײן גִלגָל, און גײט נישט אַרױף קײן בֵית-אָוֶן, און שװערט נישט: אַזױ װי ה׳ לעבט!16װאָרעם אַזױ װי אַ װידערשפּעניקע קו האָט װידערשפּעניקט יִשׂרָאֵל; זאָל ה׳ זײ אַצונד פֿיטערן װי אַ שעפּס אין דערברײטערניש?
17באַהעפֿט צו געצנבילדער איז אפֿרים, לאָז אים צו רו.18גײט אָפּ זײער שִכּרות, זײַנען זײ אין זנות פֿאַרזונקען; אײַנגעליבט אין שאַנד זײַנען אירע באַשיצער.19דער װינט האָט זײ אײַנגעבונדן אין זײַנע פֿליגלען; און זײ װעלן זיך שעמען מיט זײערע שלאַכטאָפּפֿער.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276