הוֹשֵעַ12
1אַרומגערינגלט מיט ליגן האָט מיך אפֿרים, און מיט באַטרוג דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל; און יהוּדה הערשט נאָך מיט אֵל, און מיט דעם הײליקן געטרײַען.2אפֿרים לױפֿט נאָך װינט, און יאָגט זיך נאָך מזרח-װינט, אַ גאַנצן טאָג מערט ער ליגן און רױב; און אַ ברית מיט אשור שליסן זײ, און אײל װערט קײן מִצרַיִם געפֿירט.3אָבער ה׳ האָט אַ קריג מיט יהוּדה, און װעט זיך רעכענען מיט יעקבֿ לױט זײַנע װעגן, לױט זײַנע מעשׂים װעט ער אים אומקערן.4אין מוטערלײַב האָט ער בײַם טריט געכאַפּט זײַן ברודער, און מיט זײַן כּוֹח האָט ער זיך געראַנגלט מיט ג-ט;5יאָ, ער האָט געשטריטן קעגן אַ מלאך און איז בײַגעקומען; ער האָט געװײנט און זיך געבעטן בײַ אים: אין בֵית-אֵל װעט ער אים טרעפֿן, און דאָרטן װעט ער רעדן מיט אים.6און ה׳ איז אלוקי צבָֿאוֹת, ה׳ איז זײַן געדעכעניש.7דערום זאָלסט דו צו דײַן ג-ט זיך אומקערן; פֿרומקײט און גערעכטיקײט היט אָפּ, און האָף צו דײַן ג-ט תּמיד.8כּנַעַן האָט פֿאַלשע װאָגשאָלן אין זײַן האַנט, צו באַרױבן האָט ער ליב.9און אפֿרים זאָגט: פֿאַר װאָר, איך בין רײַך, איך האָב מיר דערגרײכט אַ פֿאַרמעג; אין אַל מײַן מי װעט מען בײַ מיר נישט געפֿינען אַן אומרעכט װאָס איז אַ זינד.10אָבער איך בין ה׳ דײַן ג-ט פֿון לאַנד מִצרַיִם אָן, איך װעל דיך װידער מאַכן װױנען אין געצעלטן, װי אין די טעג פֿון יענער צײַט.11און איך האָב גערעדט צו די נבֿיאים, און איך האָב זעאונגען געמערט, און דורך די נבֿיאים פֿלעג איך משלים געבן.12אַז גִלעָד איז נישטיקײט, לױטער פֿאַלשקײט זײַנען זײ געװאָרן! אין גִלגָל האָבן זײ אָקסן געשלאַכט; יאָ, זײערע מזבחות זײַנען װי הױפֿנס אױף די בײַטן פֿון פֿעלד.13און יעקבֿ איז אַנטלאָפֿן אין פֿעלד פֿון אַרָם, און יִשׂרָאֵל האָט געדינט אום אַ װײַב, און אום אַ װײַב האָט ער שאָף געהיט.14און דורך אַ נבֿיא האָט ה׳ אױפֿגעבראַכט יִשׂרָאֵל פֿון מִצרַיִם, און דורך אַ נבֿיא איז ער אָפּגעהיט געװאָרן.15ביטער דערצערנט האָט אפֿרים, דערום װעט ער אױסלאָזן זײַן בלוט אױף אים, און זײַן לעסטערונג װעט אים אומקערן זײַן האַר.
Artists for Israel International