הוֹשֵעַ10

1אַ פֿרוכטבאַר װײַנשטאָק איז יִשׂרָאֵל געװען, זײַן פֿרוכט פֿלעגט אַ װערדע האָבן; איז, װאָס מערער זײַן פֿרוכט, האָט ער מזבחות געמערט, װאָס שענער זײַן לאַנד, האָבן זײ שענערע זײַלשטײנער געמאַכט.2זײער האַרץ איז צעטײלט; אַצונד װעלן זײ זײער שולד לײַדן; ער װעט צעברעכן זײערע מזבחות, ער װעט פֿאַרװיסטן זײערע זײַלשטײנער.
3פֿאַר װאָר, אַצונד װעלן זײ זאָגן: נישטאָ קײן מלך בײַ אונדז, װײַל מיר האָבן נישט מורא געהאַט פֿאַר ה׳; און דער מלך, װאָס קען טאָן פֿאַר אונדז?4זײ רעדן גערײדן, שװערן פֿאַלש, שליסן אַ ברית, אָבער דער משפּט װעט שפּראָצן װי ביטערקרױט אױף די בײַטן פֿון פֿעלד.5אום די קעלבער פֿון בֵית-אָוֶן װעלן אַנגסטן די װױנער פֿון שוֹמרוֹן; װאָרעם זײַן פֿאָלק טוט אױף אים טרױערן, און זײַנע פּריסטער װעלן ציטערן װעגן אים, װעגן זײַן כּבֿוד װאָס איז אַװעק פֿון אים.6אים אױך װעט מען קײן אשור אַװעקפֿירן, אַ מתּנה צום מלך שטרײטער; שאַנד װעט קריגן אפֿרים, און יִשׂרָאֵל װעט זיך שעמען מיט זײַן באַראָט.
7פֿאַרשניטן װערט דער מלך פֿון שוֹמרוֹן, אַזױ װי צװײַגל אױפֿן װאַסער.8און פֿאַרטיליקט װערן װעלן די בָמות פֿון אָוֶן, די זינד פֿון יִשׂרָאֵל; דערנער און װילדגעװעקס װעלן אױפֿגײן אױף זײערע מזבחות און זײ װעלן זאָגן צו די בערג: דעקט אונדז צו! און צו די הײכן: פֿאַלט אױף אונדז אַרױף!
9מער װי אין די טעג פֿון גִבֿעָה האָסטו געזינדיקט, יִשׂרָאֵל; דאָרט האָט מען זיך אַקעגנגעשטעלט; פֿאַר זײ אָבער װעט נישט קלעקן אַ מלחמה װי אין גִבֿעָה אַקעגן די פֿאַרברעכער.10װען איך טו באַגערן, װעל איך זײ שטראָפֿן, און פֿעלקער װעלן זיך אײַנזאַמלען קעגן זײ, װען מע שפּאַנט זײ אין זײערע צװײ יאָכרינגען.
11און אפֿרים איז אַ קאַלב אַ געניטס, צו דרעשן האָט עס ליב; אָבער איך בין אַריבערגעגאַנגען איבער איר פֿעטן האַלדז: איך װעל אײַנשפּאַנען אפֿרים, אַקערן זאָל יהוּדה, בראָנעװען זאָל יעקבֿ.12זײַט אײַך פֿאַר גערעכטיקײט, װעט איר שנײַדן לױט גענאָד; אַקערט אײַך אַן אַקער, װאָרעם עס איז צײַט צו זוכן ה׳, ביז ער װעט קומען און רעגענען אױף אײַך גערעכטיקײט.
13איר האָט געאַקערט שלעכטס, האָט איר אומרעכט געשניטן, האָט איר געגעסן די פֿרוכט פֿון ליגן; װאָרעם האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן װעג, אױף די פֿיל גיבוֹרים דײַנע.14דערום װעט אױפֿשטײן אַ חורבֿן אױף דײַנע מחנות, און אַלע דײַנע פֿעסטונגען װעלן פֿאַרװיסט װערן, װי שַלמַן האָט פֿאַרװיסט בֵית-אַרבֵאל, אין טאָג פֿון מלחמה – מוטערס מיט קינדער זײַנען צעהאַקט געװאָרן.15אַזױ האָט געטאָן צו אײַך, בֵית-אֵל, פֿון װעגן אײַער בײזער שלעכטיקײט; אין אַ פֿרימאָרגן פֿאַרשניטן װערט פֿאַרשניטן דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276