יחֶזקֵאל18

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:2װאָס איז מיט אײַך װאָס איר זאָגט דאָס דאָזיקע װערטל אין לאַנד פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן, די פֿאָטערס האָבן געגעסן זױערע װײַנטרױבן און די צײן פֿון די קינדער זײַנען הײַליק?3אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב מע װעט מער בײַ אײַך זאָגן דאָס דאָזיקע װערטל אין יִשׂרָאֵל!4זעט, אַלע נפֿשות זײַנען מײַנע; דער נפֿש פֿון דעם פֿאָטער אַזױ װי דער נפֿש פֿון דעם זון איז מײַנער; דער נפֿש װאָס זינדיקט, ער זאָל שטאַרבן.
5און אַז אַ מאַן איז אַ צדיק, און ער טוט רעכט און גערעכטיקײט;6אױף די בערג האָט ער נישט געגעסן, און זײַנע אױגן האָט ער נישט אױפֿגעהױבן צו די אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער נישט פֿאַראומרײניקט, און צו אַ פֿרױ אין איר אומרײנקײט גענענט ער נישט;7און קײן מענטשן קריװדעט ער נישט, פֿאַרמשכּונטס בײַ אים פֿאַר אַ חובֿ קערט ער אום, גזלה גזלט ער נישט; זײַן ברױט גיט ער דעם הונגעריקן, און דעם נאַקעטן דעקט ער צו מיט אַ בגד;8אױף צינדזן גיט ער נישט, און מערונג נעמט ער נישט, פֿון אומרעכט קערט ער אָפּ זײַן האַנט; אמתע גערעכטיקײט טוט ער צװישן מאַן און מאַן;9אין מײַנע חוקים גײט ער, און מײַנע געזעצן האָט ער געהיט, צו טאָן דעם אמת – ער איז אַ צדיק; לעבן װעט ער לעבן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
10אָבער אַז ער האָט געבאָרן אַ זון אַ רױבער, אַ בלוטפֿאַרגיסער, װאָס טוט דעם ברודער אײנס פֿון די דאָזיקע,11הגם ער אַלײן האָט אַלע די דאָזיקע נישט געטאָן; װאָרעם דער האָט יאָ געגעסן אױף די בערג, און די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער פֿאַראומרײניקט;12דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון האָט ער געקריװדעט, גזלות האָט ער געגזלט, אַ משכּון קערט ער נישט אום, און צו די אָפּגעטער האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן; אומװערדיקײט האָט ער געטאָן,13אױף צינדזן האָט ער געגעבן, און מערונג האָט ער גענומען – זאָל ער בלײַבן לעבן? ער װעט נישט לעבן; אַלע די דאָזיקע אומװערדיקײטן האָט ער געטאָן, מוז ער טײטן געטײט װערן, זײַן בלוט זאָל זײַן אױף אים.
14און אָט האָט ער געבאָרן אַ זון װאָס האָט צוגעזען אַלע זינד פֿון זײַן פֿאָטער װאָס ער האָט געטאָן, און ער האָט אײַנגעזען, און ער טוט נישט אַזױנס;15אױף די בערג האָט ער נישט געגעסן, און זײַנע אױגן האָט ער נישט אױפֿגעהױבן צו די אָפּגעטער פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; די װײַב פֿון זײַן חבֿר האָט ער נישט פֿאַראומרײניקט,16און קײן מענטשן האָט ער נישט געקריװדעט; אַ משכּון האָט ער נישט גענומען, און גזלה האָט ער נישט געגזלט; זײַן ברױט האָט ער געגעבן דעם הונגעריקן, און דעם נאַקעטן האָט ער צוגעדעקט מיט אַ בגד;17פֿון אָרעמאַן האָט ער אָפּגעהאַלטן זײַן האַנט, צינדזן און מערונג האָט ער נישט גענומען, מײַנע געזעצן האָט ער געטאָן, אין מײַנע חוקים איז ער געגאַנגען – ער װעט נישט שטאַרבן פֿאַר די זינד פֿון זײַן פֿאָטער; לעבן װעט ער לעבן.18זײַן פֿאָטער, װײַל דריקן האָט ער געדריקט, גזלה פֿון ברודער האָט ער געגזלט, און װאָס נישט גוט האָט ער געטאָן צװישן זײַן פֿאָלק, איז, אָט איז ער געשטאָרבן פֿאַר זײַן זינד.
19און איר זאָגט: פֿאַר װאָס לײַדט נישט דער זון פֿאַר דער זינד פֿון דעם פֿאָטער? אָבער דער זון האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט, אַלע מײַנע געזעצן האָט ער געהיט און זײ געטאָן; לעבן דאַרף ער לעבן.20דער נפֿש װאָס זינדיקט, ער זאָל שטאַרבן; אַ זון זאָל נישט לײַדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם פֿאָטער, און אַ פֿאָטער זאָל נישט לײַדן פֿאַר דער זינד פֿון דעם זון; די גערעכטיקײט פֿון דעם גערעכטן זאָל זײַן אױף אים, און די שלעכטיקײט פֿון דעם שלעכטן זאָל זײַן אױף אים.
21און דער שלעכטער, אַז ער קערט זיך אָפּ פֿון אַלע זײַנע זינד װאָס ער האָט געטאָן, און ער היט אַלע מײַנע געזעצן, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, װעט ער געװיס לעבן; ער װעט נישט שטאַרבן.22אַלע זײַנע פֿאַרברעכן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן אים נישט דערמאָנט װערן; פֿאַר זײַן גערעכטיקײט װאָס ער האָט געטאָן, װעט ער לעבן.23טו איך דען באַגערן דעם טױט פֿון דעם שלעכטן? זאָגט אֲדֹנָי ה׳, און נישט אַז ער זאָל זיך אומקערן פֿון זײַנע װעגן, און לעבן?24און אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט – אַזױ װי אַלע אומװערדיקײטן װאָס דער שלעכטער האָט געטאָן טוט ער, זאָל ער דען בלײַבן לעבן? אַלע זײַנע גערעכטיקײטן װאָס ער האָט געטאָן, װעלן נישט דערמאָנט װערן; פֿאַר זײַן פֿעלשונג װאָס ער האָט געפֿעלשט, און פֿאַר זײַן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט, פֿאַר זײ מוז ער שטאַרבן.
25און איר זאָגט: נישט ריכטיק איז דער װעג פֿון אֲדֹנָי. הערט אַקאָרשט, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל, איז דען מײַן װעג נישט ריכטיק? פֿאַר װאָר, אײַערע װעגן זײַנען נישט ריכטיק.26אַז דער גערעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַנע גערעכטיקײט, און טוט אומרעכט, מוז ער דערפֿאַר שטאַרבן; פֿאַר זײַן אומרעכט װאָס ער האָט געטאָן, מוז ער שטאַרבן.27און אַז דער שלעכטער קערט זיך אָפּ פֿון זײַן שלעכטיקײט װאָס ער האָט געטאָן, און טוט רעכט און גערעכטיקײט, ראַטעװעט ער זײַן נפֿש.28װײַל ער האָט זיך אַרומגעזען, און האָט זיך אומגעקערט פֿון אַלע זײַנע פֿאַרברעכן װאָס ער האָט געטאָן, װעט ער געװיס לעבן; ער װעט נישט שטאַרבן.29און דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל זאָגט: נישט ריכטיק איז דער װעג פֿון אֲדֹנָי. זײַנען דען מײַנע װעגן נישט ריכטיק, הױז פֿון יִשׂרָאֵל? פֿאַר װאָר, אײַערע װעגן זײַנען נישט ריכטיק.
30דערום װעל איך איטלעכן לױט זײַנע װעגן אײַך משפּטן, הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. קערט צוריק און קערט אײַך אום פֿון אַלע אײַערע פֿאַרברעכן, און זאָל עס אײַך נישט זײַן פֿאַר אַ שטרױכלונג צו זינד.31װאַרפֿט אַראָפּ פֿון אײַך אַלע אײַערע פֿאַרברעכן װאָס איר האָט פֿאַרבראָכן מיט זײ, און מאַכט אײַך אַ נײַ האַרץ, און אַ נײַ גײַסט; נאָך װאָס זאָלט איר שטאַרבן, הױז פֿון יִשׂרָאֵל?32װאָרעם איך באַגער נישט דעם טױט פֿון דעם װאָס שטאַרבט, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; דערום קערט אײַך אום, און בלײַבט לעבן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276