קהלת10

1טױטע פֿליגן פֿאַרשטינקען און צעבלעזלען דעם זאַלבמישערס אײל, אַזױ װעגט אַריבער אַ ביסל נאַרישקײט חכמה און כּבֿוד.2דער שׂכל פֿון דעם חכם איז אױף זײַן רעכטער זײַט, און דער שׂכל פֿון נאַרן אױף זײַן לינקער.3און אױך אַז דער נאַר גײט אין װעג, פֿעלט אים שׂכל, און ער זאָגט אַלעמען אױס אַז ער איז אַ נאַר.4אַז דאָס געמיט פֿון דעם געװעלטיקער הײבט זיך אױף קעגן דיר, זאָלסטו נישט פֿאַרלאָזן דײַן אָרט; װאָרעם געלאַסנקײט באַרוט גרױסע זינד.
5פֿאַראַן אַן אומגליק װאָס איך האָב געזען אונטער דער זון, אַזױ װי אַ פֿאַרזע װאָס גײט אַרױס פֿון אַ געװעלטיקער:6נאַרישקײט װערט געשטעלט אין גרױסע הײכן, און נגידים זיצן אין דער נידער.7איך האָב געזען קנעכט אױף פֿערד, און האַרן װאָס גײען װי קנעכט אױף דער ערד.
8דער װאָס גראָבט אַ גרוב, װעט אין איר אַרײַנפֿאַלן, און דער װאָס ברעכט דורך אַ צאַם, אים װעט אײַנבײַסן אַ שלאַנג.9דער װאָס האַקט אַרױס שטײנער װעט זיך װײ טאָן אָן זײ, דער װאָס שפּאַלט האָלץ איז אין סכּנה דורך דעם.10אַז דער אײַזן איז שטומפּ, און מע האָט דעם שאַרף נישט פֿאַרשלײַפֿט, מוז מען שטאַרקן די כּוחות; און די מעלה פֿון חכמה איז צוגרײטן.11אַז די שלאַנג בײַסט אײַן פֿאַרן אָפּשפּרעכן, איז אױס מעלה פֿון דעם מאַן מיט דער צונג.
12די װערטער פֿון דעם חכמס מױל זײַנען מיט חן, און די ליפּן פֿון דעם נאַרן ברענגען אים אום.13דער אָנהײב פֿון די װערטער פֿון זײַן מױל איז נאַרישקײט, און דער סוף פֿון זײַן רעדן איז בײזע משוגעת.14יאָ, דער נאַר מערט װערטער, אָבער דער מענטש װײס נישט װאָס געשעט; און װאָס װעט געשען נאָך אים, װער װעט אים דערצײלן?15די מי פֿון דעם נאַרן פֿאַרמאַטערט אים, װאָרעם ער װײס נישט צו מאָל װי צו גײן אין שטאָט.
16װײ דיר לאַנד, װאָס דײַן מלך איז אַ יונג, און דײַנע האַרן מאַכן סעודות אין דער פֿרי!17װױל דיר לאַנד, װאָס דײַן מלך איז אַ פֿרײַגעבאָרענער, און דײַנע האַרן עסן אין דער צײַט, אין מאַנהאַפֿטיקײט און נישט אין זױפֿערײַ.18פֿון פֿױלקײט פֿאַלט אײַן דער באַלקן, און פֿון אָפּגעלאָזטע הענט רינט דאָס הױז.19אַ סעודה מאַכט מען פֿון פֿרײלעכקײט װעגן, און װײַן מאַכט לוסטיק דאָס לעבן; אָבער געלט באַװערט אַלץ.20אַפֿילו אין דײַן געדאַנקען זאָלסטו נישט שילטן דעם מלך, און אין דײַנע שלאָפֿקאַמערן זאָלסטו נישט שילטן דעם עושר; װאָרעם אַ פֿױגל פֿון הימל װעט אַװעקטראָגן דעם קֹול, און דער װאָס האָט פֿליגלען װעט דערצײלן די זאַך.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276