דְבָֿרִים33

וְזֹאת הַברָכָה

1און דאָס איז די ברכה װאָס משה דער מאַן פֿון ג-ט האָט געבענטשט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר זײַן טױט.
2און ער האָט געזאָגט: ה׳ איז פֿון סינַי געקומען, און אױפֿגעשײַנט פֿון שֵׂעִיר אױף זײ; ער האָט אַרױסגעשראַלט פֿון באַרג פּאָרָן, און געקומען פֿון די הײליקע צענטױזנטן, אין זײַן רעכטער האַנט אַ פֿײַערדיק געזעץ פֿאַר זײ.3יאָ, דו ליבהאָבער פֿון די שבֿטים, אַלע זײערע הײליקע זײַנען בײַ דײַן האַנט; און זײ ליגן צו דײַנע פֿיס, זײ נעמען אױף דײַנע רײד.4אַ תּורה האָט אונדז משה באַפֿױלן, אַ ירושה פֿאַר דער אײַנזאַמלונג פֿון יעקבֿ.5און אַ מלך איז געװען אין ישוּרוּן, װען די קעפּ פֿון פֿאָלק האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, אין אײנעם אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל.
6לעבן זאָל ראובֿן און נישט שטאַרבן, און זײַנע מענטשן זאָלן נישט זײַן געצײלטע.
7און דאָס אױף יהוּדה; און ער האָט געזאָגט: הער צו, ה׳, דעם קֹול פֿון יהוּדה, און צו זײַן פֿאָלק זאָלסטו אים ברענגען; זײַנע הענט זאָלן פֿאַר אים שטרײַטן, און אַ הילף פֿון זײַנע פֿײַנט זאָלסטו זײַן.
8און אױף לֵוִי האָט ער געזאָגט: דײַנע אורים-ותּומים צו דײַן פֿרומען מאַן, װאָס דו האָסט אים אין מַסָה געפּרוּװט, אים געשטראָפֿט פֿאַרן װאַסער פֿון מריבֿה;9װאָס האָט געזאָגט אױף זײַן פֿאָטער און אױף זײַן מוטער: איך האָב זײ נישט געזען; און האָט זײַנע ברידער נישט דערקענט, און זײַנע קינדער נישט געװאָלט װיסן; װאָרעם זײ האָבן געהיט דײַן װאָרט, און דײַן ברית האָבן זײ געהאַלטן.10זײ לערנען דײַנע געזעצן יעקבֿן, און דײַן תּורה יִשׂרָאֵלן; זײ טוען װײַרעך אין דײַן נאָז, און גאַנצאָפּפֿער אױף דײַן מזבח.11בענטש, ה׳, זײַן פֿאַרמעג, און דאָס װערק פֿון זײַנע הענט זאָלסטו באַװיליקן; צעהאַק די לענדן פֿון זײַנע פֿײַנט, אַז זײַנע שָׂונאים זאָלן נישט אױפֿשטײן.
12אױף בנימין האָט ער געזאָגט: דער באַליבטער פֿון ה׳ װעט רוען בײַ אים אין זיכערקײט; ער באַשירעמט אים אַ גאַנצן טאָג, און צװישן זײַנע אַקסלען טוט ער רוען.
13און אױף יוֹסף האָט ער געזאָגט: געבענטשט פֿון ה׳ זאָל זײַן לאַנד זײַן, מיטן טײַערסטן פֿון הימל, מיט טױ, און מיטן תּהום װאָס הױערט אונטן;14און מיט טײַערסטע פֿרוכטן פֿון זון, און מיט טײַערסטן געװעקס פֿון לִבֿנָה;15און מיטן בעסטן פֿון די אַלטע בערג, און מיטן טײַערסטן פֿון די אײביקע הײכן;16און מיטן טײַערסטן פֿון דער ערד און איר פֿולקײט, און באַװיליקונג פֿון דעם װאָס האָט אין דאָרן גערוט. זאָל עס קומען אױפֿן קאָפּ פֿון יוֹסף, און אױפֿן שפּיץ קאָפּ פֿון דעם פֿירשט פֿון זײַנע ברידער.17זײַן ערשטגעבאָרענער אָקס, ער האָט פּראַכט, און הערנער פֿון אַ װיזלטיר זײַנען זײַנע הערנער; מיט זײ װעט ער שטױסן די פֿעלקער, די עקן פֿון דער ערד מיט אַנאַנדער; און דאָס זײַנען די צענטױזנטן פֿון אפֿרים, און דאָס זײַנען די טױזנטן פֿון מנַשֶה.
18און אױף זבֿולון האָט ער געזאָגט: פֿרײ זיך, זבֿולון, בײַ דײַן אַרױסגײן, און יִשׂשָׂכָר, אין דײַנע געצעלטן.19פֿעלקער װעלן זיך טרעפֿן אױפֿן באַרג, דאָרט װעלן זײ שלאַכטן שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט; װאָרעם די שֶפֿע פֿון ימען װעלן זײ זױגן, און די פֿאַרבאָרגענע אוֹצרות פֿון זאַמד.
20און אױף גָד האָט ער געזאָגט: געלױבט דער װאָס דערברײטערט גָד! אַזױ װי אַ לײבינטע רוט ער, און פֿאַרצוקט דעם אָרעם און דעם שאַרבן.21און ער האָט אױסגעקוקט דאָס ערשטע פֿאַר זיך, װײַל דאָרט איז דער חלק פֿאַר אַ הערשער באַהאַלטן. אָבער ער איז געקומען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק; די גערעכטיקײט פֿון ה׳ האָט ער געטאָן, און זײַנע משפּטים, אין אײנעם מיט יִשׂרָאֵל.
22און אױף דָן האָט ער געזאָגט: דָן איז אַ יונגער לײב, ער שפּרינגט פֿון בָשָן אַרױס.
23און אױף נַפֿתָּלי האָט ער געזאָגט: נַפֿתָּלי, זאַט מיט באַװיליקונג, און פֿול מיט דער ברכה פֿון ה׳, דער ים און דעם דָרום טו אַרבן!
24און אױף אָשֵר האָט ער געזאָגט: געבענטשטער פֿון אַלע זין זאָל זײַן אָשֵר, באַליבט זאָל ער זײַן בײַ זײַנע ברידער, און באָדן אין אײל זײַן פֿוס.25אײַזן און קופּער דײַנע ריגלען, און װי דײַנע טעג דײַן שטאַרקײט.
26נישטאָ אַזאַ װי הָאֵל, ישוּרוּן; ער רײַט אױף די הימלען דיר צו הילף, און אין זײַן גרױסקײט אױף די װאָלקן.27אַ באַשיצונג איז דער אײביקער ג-ט, און פֿון אונטן זענען די אײביקע אָרעמס. און ער האָט פֿאַרטריבן דעם פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר, און געהײסן: פֿאַרטיליק!
28און יִשׂרָאֵל רוט אין זיכערקײט, אָפּגעזונדערט – דער קװאַל פֿון יעקבֿ, אין אַ לאַנד פֿון תּבֿואה און װײַן; און זײַנע הימלען טריפֿן טױ.29װױל דיר, יִשׂרָאֵל, װער איז דײַן גלײַכן? אַ פֿאָלק געהאָלפֿן דורך ה׳ – דעם שילד פֿון דײַן הילף, און דעם װאָס איז די שװערד פֿון דײַן גרױסקײט! און דײַנע פֿײַנט װעלן אײַנגײן פֿאַר דיר, און דו װעסט אױף זײערע הײכן טרעטן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276