דְבָֿרִים29
1און משה האָט צונױפֿגערופֿן גאַנץ יִשׂרָאֵל, און האָט צו זײ געזאָגט: איר האָט געזען אַלץ װאָס ה׳ האָט געטאָן פֿאַר אײַערע אױגן אין לאַנד מִצרַיִם צו פַּרעהן, און צו אַלע זײַנע קנעכט, און צו זײַן גאַנצן לאַנד;2די גרױסע פּרוװוּנגען װאָס דײַנע אױגן האָבן געזען, יענע גרױסע צײכנס און װוּנדער.3אָבער ה׳ האָט אײַך נישט געגעבן אַ האַרץ צו פֿאַרשטײן, און אױגן צו זען, און אױערן צו הערן, ביז אױף הײַנטיקן טאָג.4און איך האָב אײַך געפֿירט פֿערציק יאָר דורכן מדבר; אײַערע קלײדער זײַנען נישט אָפּגעטראָגן געװאָרן אױף אײַך, און דײַן שוך איז נישט אָפּגעטראָגן געװאָרן אױף דײַן פֿוס.5ברױט האָט איר נישט געגעסן, און װײַן און געטראַנק האָט איר נישט געטרונקען; כּדי איר זאָלט װיסן אַז איך בין ה׳ אלוקיכם.6און אַז איר זײַט געקומען צו דעם דאָזיקן אָרט, איז אַרױסגעגאַנגען סיחון דער מלך פֿון חֶשבוֹן, און עוֹג דער מלך פֿון בָשָן, אַקעגן אונדז אױף מלחמה, און מיר האָבן זײ געשלאָגן.7און מיר האָבן צוגענומען זײער לאַנד, און האָבן עס געגעבן פֿאַר אַ נחלה צו די ראובֿנים, און צו די גָדים, און צו דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה.8דערום זאָלט איר היטן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן ברית, און זײ טאָן, כּדי איר זאָלט באַגליקן אין אַלץ װאָס איר װעט טאָן.
נִצָבֿים
9איר שטײט הײַנט אַלע פֿאַר ה׳ אלוקיכם, אײַערע הױפּטלײַט, אײַערע שבֿטים, אײַערע עלטסטע, און אײַערע אױפֿזעערס, אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל,10אײַערע קלײנע קינדער, אײַערע װײַבער, און דײַן פֿרעמדער װאָס אין דײַן לאַגער, פֿון דײַן האָלצהעקער ביז דײַן װאַסערשעפּער;11אַז דו זאָלסט אַרײַנטרעטן אין דעם ברית פֿון ה׳ דײַן ג-ט און אין זײַן שבֿועה װאָס ה׳ דײַן ג-ט שליסט מיט דיר הײַנט;12כּדי דיך אױפֿצושטעלן הײַנט פֿאַר אַ פֿאָלק צו אים, און ער זאָל דיר זײַן צום אלֹקים, אַזױ װי ער האָט דיר צוגעזאָגט, און אַזױ װי ער האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן, צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן.13און נישט מיט אײַך אַלײן שליס איך דעם דאָזיקן ברית און די דאָזיקע שבֿועה,14נײַערט אי מיט דעם װאָס שטײט דאָ מיט אונדז הײַנט פֿאַר ה׳ אלוקינו, אי מיט דעם װאָס איז דאָ נישט פֿאַראַן מיט אונדז הײַנט.15װאָרעם איר װײסט װי מיר זײַנען געזעסן אין לאַנד מִצרַיִם, און װי מיר זײַנען דורכגעגאַנגען צװישן די פֿעלקער װאָס איר זײַט דורכגעגאַנגען.16און איר האָט געזען זײערע אומװערדיקײטן, און זײערע אָפּגעטער, האָלץ און שטײן, זילבער און גאָלד, װאָס בײַ זײ.17טאָמער איז דאָ צװישן אײַך אַ מאַן, אָדער אַ פֿרױ, אָדער אַ משפּחה, אָדער אַ שבֿט, װאָס זײַן האַרץ קערט זיך אָפּ הײַנט פֿון ה׳ אלוקינו, צו גײן דינען די ג‑טער פֿון יענע פֿעלקער; טאָמער איז פֿאַראַן צװישן אײַך אַ װאָרצל װאָס פֿרוכפּערט ביטערקרױט און װערמוט;18און עס װעט זײַן, אַז ער װעט הערן די װערטער פֿון דער דאָזיקער שבֿועה, װעט ער זיך רימען אין זײַן האַרצן, אַזױ צו זאָגן: פֿריד װעט זײַן צו מיר, װען איך װעל גײן אין דער אײַנגעשפּאַרטקײט פֿון מײַן האַרצן – כּדי אונטערצוברענגען דאָס באַװאַסערטע אין אײנעם מיטן דאָרשטיקן –19װעט אים ה׳ נישט װעלן פֿאַרגעבן, נײַערט דער צאָרן פֿון ה׳ און זײַן קִנְאָה װעט דענצמאָל ברענען אױף יענעם מאַן, און אױף אים װעט הױערן די גאַנצע קללה װאָס שטײט געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך, און ה׳ װעט אױסמעקן זײַן נאָמען פֿון אונטערן הימל.20און ה׳ װעט אים אָפּשײדן צום בײזן פֿון אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ װי אַלע קללות פֿון דעם ברית װאָס שטײט געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך פֿון דער תּורה.21און דער שפּעטערדיקער דור, אײַערע קינדער װאָס װעלן אױפֿשטײן נאָך אײַך, און דער פֿרעמדער װאָס װעט קומען פֿון אַ װײַטן לאַנד, װעלן זאָגן: – װען זײ װעלן זען די פּלאָגן פֿון דעם דאָזיקן לאַנד, און אירע קרענק מיט װאָס ה׳ האָט עס קראַנק געמאַכט;22אַז שװעבל און זאַלץ, פֿאַרברענט, איז איר גאַנצע ערד; נישט זי װערט געזײט, און נישט זי לאָזט אַרױס אַ שפּראָצונג, און נישט עס װאַקסט אױף איר אַ שום גראָז, אַזױ װי די איבערקערעניש פֿון סדוֹם, און עַמוֹרָה, אַדמָה, און צבֿוֹיִים, װאָס ה׳ האָט איבערגעקערט אין זײַן כּעס און אין זײַן גרימצאָרן –23װעלן אַלע פֿעלקער זאָגן: פֿאַר װאָס האָט ה׳ געטאָן אַזױ צו דעם דאָזיקן לאַנד? װאָס איז דער דאָזיקער גרױסער גרימצאָרן?24און מע װעט זאָגן: פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן דעם ברית פֿון ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן, װאָס ער האָט מיט זײ געשלאָסן, װען ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם;25און זײ זענען געגאַנגען און האָבן געדינט פֿרעמדע ג‑טער, און זיך געבוקט צו זײ, ג‑טער װאָס זײ האָבן זײ נישט געקענט, און װאָס ער האָט זײ נישט אײַנגעטײלט.26און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף דעם דאָזיקן לאַנד, צו ברענגען דערױף די גאַנצע קללה װאָס שטײט געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך.27און ה׳ האָט זײ אַרױסגעריסן פֿון זײער ערד מיט רוגזה, און מיט גרימצאָרן, און מיט גרױס כּעס, און האָט זײ פֿאַרװאָרפֿן אין אַן אַנדער לאַנד, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג.28דאָס פֿאַרבאָרגענע איז בײַ ה׳ אלוקינו, אָבער דאָס אַנטפּלעקטע איז פֿאַר אונדז און פֿאַר אונדזערע קינדער אױף אײביק – צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה.Artists for Israel International