דְבָֿרִים25

1אַז צװישן מענטשן װעט זײַן אַ קריג, און זײ װעלן גענענען צום משפּט, און מע װעט זײ משפּטן, און גערעכט מאַכן דעם גערעכטן, און שולדיק מאַכן דעם שולדיקן,2איז, אױב דעם שולדיקן קומט שלאָגן, זאָל דער ריכטער אים לאָזן אַנידערלײגן און שלאָגן פֿאַר זײַן געזיכט, װעדליק זײַן שולד, מיט אַ צאָל.3פֿערציק שלעג זאָל מען אים געבן, נישט מער; טאָמער שלאָגט מען אים מער װי דאָס, צו פֿיל שלעג, װעט דײַן ברודער געשענדט װערן פֿאַר דײַנע אױגן.
4זאָלסט נישט פֿאַרבינדן אַן אָקס דאָס מױל װען ער דרעשט.
5אַז ברידער װעלן װױנען אין אײנעם, און אײנער פֿון זײ װעט שטאַרבן, און קײן קינד האָט ער נישט, זאָל דעם געשטאָרבענעמס װײַב נישט װערן אַ פֿרעמדן מאַנס פֿון דרױסן; איר שװאָגער זאָל קומען צו איר, און זי נעמען פֿאַר אַ װײַב צו אים, און זי באַשװעגערן.6און עס זאָל זײַן: דער ערשטלינג װאָס זי װעט געבערן, זאָל זײַן אױפֿן נאָמען פֿון זײַן געשטאָרבענעם ברודער, כּדי זײַן נאָמען זאָל נישט אױסגעמעקט װערן פֿון יִשׂרָאֵל.7און אױב דער מאַן װעט נישט װעלן נעמען זײַן שװעגערין, זאָל זײַן שװעגערין אַרױפֿגײן אין טױער צו די עלטסטע, און זאָגן: מײַן שװאָגער װיל נישט אױפֿשטעלן זײַן ברודער אַ נאָמען אין יִשׂרָאֵל; ער װיל מיך נישט באַשװעגערן.8און די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט זאָלן אים רופֿן, און רעדן צו אים. און אַז ער װעט זיך שטעלן און זאָגן: איך װיל זי נישט נעמען,9זאָל זײַן שװעגערין גענענען צו אים פֿאַר די אױגן פֿון די עלטסטע, און אַראָפּציען זײַן שוך פֿון זײַן פֿוס, און אַ שפּײַ טאָן אין זײַן פּנים, און אױסרופֿן און זאָגן: אַזױ זאָל געטאָן װערן צו דעם מאַן װאָס װיל נישט בױען זײַן ברודערס הױז.10און זײַן נאָמען זאָל גערופֿן װערן אין יִשׂרָאֵל: דאָס הױז פֿון דעם װאָס מיטן אַראָפּגעצױגענעם שוך.
11אַז צװײ מענער װעלן זיך ראַנגלען צװישן זיך, אײנער מיטן אַנדערן, און אײנעמס װײַב װעט גענענען אַרױסצוראַטעװען איר מאַן פֿון זײַן שלעגערס האַנט, און זי װעט אױסשטרעקן איר האַנט, און אים אָננעמען פֿאַר די ענגע ערטער,12זאָלסטו אָפּהאַקן איר האַנט; דײַן אױג זאָל זיך נישט דערבאַרעמען.
13זאָלסט נישט האָבן אין דײַן בײַטל צװײערלײ װאָגשטײנער, אַ גרעסערן און אַ קלענערן.14זאָלסט נישט האָבן אין דײַן הױז צװײערלײ אֵיפֿהס, אַ גרעסערע און אַ קלענערע.15אַ פֿול און ריכטיק געװיכט זאָל זײַן בײַ דיר; אַ פֿולע און ריכטיקע אֵיפֿה זאָל זײַן בײַ דיר; כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר.16װאָרעם אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ דײַן ג-ט איז איטלעכער װאָס טוט דאָס – איטלעכער װאָס טוט אַן עװלה.
17געדענק װאָס עַמָלֵק האָט דיר געטאָן אונטער װעגנס, װען איר זײַט אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם;18װי ער האָט דיך געטראָפֿן אונטער װעגנס, און האָט געשלאָגן דײַנע הינטערשטע, אַלע אָפּגעשלאַפֿטע הינטער דיר, בעת דו ביסט געװען פֿאַרשמאַכט און מיד; און ער האָט נישט מורא געהאַט פֿאַר אלֹקים.19דערום זאָל זײַן, אַז ה׳ דײַן ג-ט באַרוט דיך פֿון אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, עס צו אַרבן, זאָלסטו אױסמעקן דעם זֵכר פֿון עַמָלֵק פֿון אונטערן הימל; זאָלסטו נישט פֿאַרגעסן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276