דָניאֵל7
1אין ערשטן יאָר פֿון בלשאַצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, האָט דָניאֵל געזען אַ חלום, און זעונגען פֿון זײַן קאָפּ אױף זײַן געלעגער; דענצמאָל האָט ער אױפֿגעשריבן דעם חלום, און האָט דערצײלט דעם עיקר פֿון דער זאַך.2דָניאֵל האָט אָנגעהױבן און דערצײלט: איך האָב געזען אין מײַן זעונג בײַ נאַכט, ערשט די פֿיר װינטן פֿון הימל האָבן אױסגעבראָכן אױפֿן גרױסן ים.3און פֿיר גרױסע חיות זײַנען אַרױסגעקומען פֿון ים, אײנע אַנדערש פֿון דער אַנדערער.4די ערשטע איז געװען אַזױ װי אַ לײב, און פֿליגלען פֿון אַן אָדלער האָט זי געהאַט; איך האָב געקוקט ביז אירע פֿליגלען זײַנען אױסגעפֿליקט געװאָרן, און זי איז אױפֿגעהױבן געװאָרן פֿון דער ערד, און איז אַװעקגעשטעלט געװאָרן אױף צװײ פֿיס אַזױ װי אַ מענטש, און אַ האַרץ פֿון אַ מענטשן איז איר געגעבן געװאָרן.5און זע, אַן אַנדער חיה, אַ צװײטע, איז געװען געגליכן צו אַ בער, און זי איז געשטעלט געװאָרן אױף אײן זײַט, און דרײַ ריפּן זײַנען געװען אין איר מױל צװישן אירע צײנער; און אַזױ האָט מען צו איר געזאָגט: שטײ אױף, עס פֿלײש אַ סך.6דערנאָך האָב איך געזען, ערשט אַן אַנדערע, אַזױ װי אַ לעמפּערט; און זי האָט געהאַט פֿיר פֿליגלען פֿון אַ פֿױגל אױף איר רוקן, און פֿיר קעפּ האָט די חיה געהאַט; און געװעלטיקײט איז איר געגעבן געװאָרן.7דערנאָך האָב איך געזען אין די זעונגען פֿון דער נאַכט, ערשט אַ פֿירטע חיה, שרעקלעך און מוֹראדיק, און געװאַלטיק שטאַרק; און גרױסע אײַזערנע צײנער האָט זי געהאַט; זי האָט געגעסן און האָט צעמאָלן, און דעם רעשט האָט זי צעטראָטן מיט אירע פֿיס; און זי איז געװען אַנדערש פֿון אַלע חיות װאָס פֿאַר איר, און צען הערנער האָט זי געהאַט.8האָב איך באַטראַכט די הערנער, ערשט אַן אַנדער האָרן, אַ קלײנער, איז אַרױסגעװאַקסן צװישן זײ, און דרײַ פֿון די פֿאָדערשטע הערנער זײַנען אױסגעריסן געװאָרן פֿון פֿאַר אים; און זע, אױגן אַזױ װי די אױגן פֿון אַ מענטשן זײַנען געװען אין דעם דאָזיקן האָרן, און אַ מױל װאָס האָט גערעדט גרױס.9איך האָב געקוקט
ביז טראָנען האָט מען אױפֿגעשטעלט, און אַן אַלטבאַטאָגטער האָט זיך געזעצט; זײַן מלבוש איז געװען װי װײַסער שנײ, און די האָר פֿון זײַן קאָפּ װי לױטערע װאָל; זײַן טראָן איז געװען פֿלאַמען פֿײַער, די רעדער דערפֿון, ברענעדיק פֿײַער.10אַ טײַך פֿײַער האָט אַרױסגעשטראָמט, און איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר אים; טױזנט מאָל טױזנט האָבן אים באַדינט, און צען טױזנט מאָל צען טױזנט זײַנען פֿאַר אים געשטאַנען; אַ בֵית-דין איז געזעסן, און ביכער זײַנען געװען געעפֿנט.11האָב איך דענצמאָל געקוקט פֿון װעגן דעם קֹול פֿון די גרױסע װערטער װאָס דער האָרן האָט גערעדט – איך האָב געקוקט ביז די חיה איז געטײט געװאָרן, און איר לײַב איז פֿאַרטיליקט געװאָרן, און איבערגעגעבן געװאָרן צום בראַנד פֿון פֿײַער.12און פֿון די איבעריקע חיות האָט מען אָפּגעטאָן זײער געװעלטיקײט, אָבער אַ פֿאַרלענגערונג פֿון לעבן איז זײ געגעבן געװאָרן ביז אַ צײַט און שעה.13איך האָב געזען אין זעונגען פֿון דער נאַכט,
ערשט אױף װאָלקנס פֿון הימל איז אָנגעקומען אַזױ װי אַ בַּר אֱנָשׁ, און ביז דעם עתיק ימים האָט ער דערגרײכט, און מע האָט אים געבראַכט פֿאַר אים.14און אים איז געגעבן געװאָרן געװעלטיקײט, און כּבֿוד, און מלוכה, אַז אַלע פֿעלקער, אומות, און לשוֹנות, זאָלן בוקן זיך דינען צו אים; זײַן געװעלטיקײט אַן אײביקע געװעלטיקײט, װאָס פֿאַרגײט נישט, און זײַן מלוכה, אַזאַ װאָס װערט נישט צעשטערט.15איז מיר, דָניאֵל, באַטריבט געװאָרן מײַן גײַסט אין לײַב, און די זעונגען פֿון מײַן קאָפּ האָבן מיך געשראָקן.16האָב איך גענענט צו אײנעם פֿון די װאָס זײַנען געשטאַנען דערבײַ, און איך האָב געפֿרעגט די ריכטיקײט װעגן דעם אַלעם, און ער האָט מיר דערצײלט, און האָט מיך געמאַכט װיסן דעם פּיתרון פֿון די זאַכן:17די דאָזיקע גרױסע חיות, װאָס זײַנען פֿיר, זײַנען פֿיר מלכים װאָס װעלן אױפֿשטײן אױף דער ערד.18אָבער די קדושים פֿון דעם אױבערשטער װעלן איבערנעמען די מלוכה, און זײ װעלן האַלטן די מלוכה ביז אײביקײט און ביז אײביקאײביקײטן.19דענצמאָל האָב איך געװאָלט װיסן די ריכטיקײט װעגן דער פֿירטער חיה, װאָס איז געװען אַנדערש פֿון זײ אַלעמען – זײער מוֹראדיק, װאָס אירע צײנער זײַנען געװען פֿון אײַזן, און אירע נעגל פֿון קופּער, װאָס האָט געגעסן, צעמאָלן, און דעם רעשט צעטראָטן מיט אירע פֿיס;20און װעגן די צען הערנער װאָס אױף איר קאָפּ, און דעם אַנדערן װאָס איז אױסגעװאַקסן, און דרײַ זײַנען אַרױסגעפֿאַלן פֿון פֿאַר אים – דעם דאָזיקן האָרן װאָס האָט געהאַט אױגן, און אַ מױל װאָס האָט גערעדט גרױס, און זײַן אױסזען איז געװען גרעסער װי פֿון זײַנע חבֿרים.21איך האָב געזען װי דער דאָזיקער האָרן האָט געמאַכט אַ מלחמה מיט די קדושים, און איז זײ בײַגעקומען;22ביז דער עתיק ימים איז געקומען, און רעכט איז געגעבן געװאָרן די קדושים פֿון דעם אױבערשטער, און די צײַט איז געקומען, און די מלוכה האָבן פֿאַרנומען די קדושים.23האָט ער אַזױ געזאָגט:
די פֿירטע חיה באַטײַט: אַ פֿירטע מלוכה װעט זײַן אױף דער ערד, װאָס װעט זײַן אַנדערש פֿון אַלע מלוכות, און זי װעט פֿאַרצערן די גאַנצע ערד, און װעט זי צעטרעטן און צעמאָלן.24און די צען הערנער באַטײטן: פֿון דער דאָזיקער מלוכה װעלן אױפֿשטײן צען מלכים, און נאָך אַן אַנדערער װעט אױפֿשטײן נאָך זײ, און ער װעט זײַן אַנדערש פֿון די פֿריִערדיקע, און דרײַ מלכים װעט ער אַראָפּװאַרפֿן.25און װערטער אַקעגן דעם אױבערשטער װעט ער רעדן, און די הײליקע פֿון דעם אױבערשטער װעט ער מאַטערן, און ער װעט טראַכטן צו ענדערן די צײַטן און דאָס געזעץ; און זײ װעלן איבערגעגעבן װערן אין זײַן האַנט, ביז אַ צײַט און צײַטן און אַ האַלבע צײַט.26אָבער אַ בֵית-דין װעט זיצן, און זײַן געװעלטיקײט װעט מען אַװעקנעמען, כּדי זי צו פֿאַרטיליקן און אונטערברענגען ביזן סוף.27און די מלוכה, און די געװעלטיקײט, און די גרױסקײט פֿון די קיניגרײַכן אונטערן גאַנצן הימל, װעט איבערגעגעבן װערן צו דעם פֿאָלק פֿון קדושים פֿון דעם אױבערשטער; זײער מלוכה װעט זײַן אַן אײביקע מלוכה, און אַלע געװעלטיקער װעלן דינען און געהאָרכן צו אים.28ביז דאַנען איז דער סוף פֿון דער זאַך. מיך, דָניאֵל, האָבן מײַנע רעיוֹנות זײער געשראָקן, און מײַן פֿאַרב האָט זיך אױף מיר געביטן, און איך האָב די זאַך באַהאַלטן אין מײַן האַרצן.

Artists for Israel International