דָניאֵל10
1אין דריטן יאָר פֿון כּוֹרֶש דעם מלך פֿון פָּרַס איז אַנטפּלעקט געװאָרן אַ װאָרט צו דָניאֵלן, װאָס זײַן נאָמען איז גערופֿן געװאָרן בלטשאַצַר; און דאָס װאָרט איז געװען אמת, און װעגן אַ לאַנגער צײַט; און ער האָט באַטראַכט דאָס װאָרט, און האָט פֿאַרשטאַנען די זעונג.2אין יענע טעג האָב איך, דָניאֵל, געטרױערט דרײַ װאָכן צײַט.3גלוסטיקע שפּײַז האָב איך נישט געגעסן, און פֿלײש און װײַן איז נישט געקומען אין מײַן מױל, און זאַלבן האָב איך זיך נישט געזאַלבט, ביז עס זײַנען פֿול געװאָרן דרײַ װאָכן צײַט.4און אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿון ערשטן חודש, װען איך בין געװען בײַם ברעג פֿון גרױסן טײַך, דאָס איז חִדֶקֶל,5האָב איך אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן, און האָב געזען, ערשט אַ מאַן אָנגעקלײדט אין לײַנען, און זײַנע לענדן אַרומגעגורט מיט גאָלד פֿון אוּפָֿז,6און זײַן לײַב אַזױ װי גאָלדשטײן, און זײַן פּנים אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון בליץ, און זײַנע אױגן אַזױ װי פֿלאַמען פֿײַער, און זײַנע אָרעמס און זײַנע פֿיס אַזױ װי דער אָנבליק פֿון בלאַנקן קופּער, און דער קֹול פֿון זײַנע װערטער אַזױ װי דער קֹול פֿון אַ מחנה.7און איך, דָניאֵל, אַלײן האָב געזען די זעונג, אָבער די מענטשן װאָס מיט מיר האָבן נישט געזען די זעונג, נאָר אַ גרױסע ציטערניש איז אױף זײ געפֿאַלן, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן זיך צו באַהאַלטן.8בין איך געבליבן אַלײן, און איך האָב געזען די דאָזיקע גרױסע זעונג, און אין מיר איז נישט געבליבן קײן כּוֹח, װאָרעם מײַן פֿאַרב האָט זיך אױף מיר שרעקלעך געביטן, און איך האָב מער נישט געהאַט קײן כּוֹח.9און איך האָב געהערט דעם קֹול פֿון זײַנע װערטער; און װי איך האָב געהערט דעם קֹול פֿון זײַנע װערטער, אַזױ בין איך אַנטשלאָפֿן געװאָרן אױף מײַן פּנים, מיט מײַן פּנים צו דער ערד.10ערשט אַ האַנט האָט מיך אָנגערירט, און האָט מיך געטרײסלט פֿאַר מײַנע קני און מײַנע האַנטפֿלעכן.11און ער האָט צו מיר געזאָגט: דָניאֵל, דו באַליבטער מאַן, פֿאַרשטײ די װערטער װאָס איך רעד צו דיר, און שטײ אױף װוּ דו ביסט געשטאַנען, װאָרעם איך בין אַצונד געשיקט געװאָרן צו דיר. און װי ער האָט מיט מיר גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט, בין איך אױפֿגעשטאַנען ציטערנדיקערהײט.12און ער האָט צו מיר געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן, דָניאֵל, װאָרעם פֿון דעם ערשטן טאָג אָן װאָס דו האָסט אָפּגעגעבן דײַן האַרץ צו פֿאַרשטײן, און זיך צו פּײַניקן פֿאַר דײַן ג-ט, זײַנען דײַנע װערטער געהערט געװאָרן, און איך בין געקומען פֿון װעגן דײַנע װערטער.13אָבער דער שׂאַר פֿון מַלכות פָּרַס האָט זיך געשטעלט אַקעגן מיר אײן און צװאַנציק טעג, אָבער זע, מיכָאֵל, אײנער פֿון די ערשטע שָׂרים, איז מיר געקומען צו הילף. אַזױ בין איך דאָרטן פֿאַרבליבן בײַ די מלכים פֿון פָּרַס.14און איך בין געקומען דיר געבן צו פֿאַרשטײן װאָס װעט געשען צו דײַן פֿאָלק אין סוף פֿון די טעג; װאָרעם דאָס איז נאָך אַ זעונג אױף אַ צײַט.15און װי ער האָט גערעדט צו מיר אַזױ װי די דאָזיקע װערטער, אַזױ האָב איך געקערט מײַן פּנים צו דער ערד, און בין אַנטשטומט געװאָרן.16ערשט אַזױ װי אַ געשטאַלט פֿון מענטשנקינדער האָט מיך אָנגערירט אױף די ליפּן, און איך האָב געעפֿנט מײַן מױל, און איך האָב גערעדט און געזאָגט צו דעם װאָס איז געשטאַנען אַקעגן מיר: מײַן האַר, פֿון דער זעונג זײַנען װײען געקומען אױף מיר, און איך האָב מער נישט קײן כּוֹח.17און װי קען דער דאָזיקער קנעכט פֿון מײַן האַר רעדן מיט דעם דאָזיקן האַר מײַנעם, אַז אין מיר האָט זיך אַצונד נישט אָפּגעשטעלט קײן כּוֹח, און קײן אָטעם איז אין מיר נישט געבליבן?18האָט מיך װידער אָנגערירט אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון אַ מענטשן, און ער האָט מיך געשטאַרקט.19און ער האָט געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן, באַליבטער מאַן! פֿריד צו דיר! זײַ שטאַרק און זײַ שטאַרק! און װי ער האָט צו מיר גערעדט, אַזױ בין איך געשטאַרקט געװאָרן, און איך האָב געזאָגט: זאָל מײַן האַר רעדן, װאָרעם האָסט מיך געשטאַרקט.20האָט ער געזאָגט: װײסטו װעגן װאָס איך בין געקומען צו דיר? און אַצונד װעל איך זיך אומקערן מלחמה צו האַלטן מיט דעם שׂאַר פֿון פָּרַס; און װי איך גײ אַרױס, אָט װעט אָנקומען דער שׂאַר פֿון יָוָן.21אָבער איך װעל דיר זאָגן װאָס איז פֿאַרצײכנט אין דעם געשריפֿטס פֿון אמת. און קײנער האַלט נישט מיט מיר אַקעגן די דאָזיקע, נאָר בלױז אײַער שׂאַר מיכָאֵל.
Artists for Israel International