מְלָכִים ב23

1און דער מלך האָט געשיקט, און מע האָט אײַנגעזאַמלט צו אים אַלע עלטסטע פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם.2און דער מלך איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון ה׳, און אַלע מענער פֿון יהוּדה און אַלע באַװױנער פֿון ירושָלַיִם מיט אים, און די כּהנים, און די נבֿיאים, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון קלײן ביז גרױס. און ער האָט געלײענט אין זײערע אױערן אַלע װערטער פֿון דעם בוך פֿון ברית װאָס איז געפֿונען געװאָרן אין הױז פֿון ה׳.3און דער מלך האָט זיך געשטעלט אױף אַ בימה, און ער האָט געשלאָסן אַ ברית פֿאַר ה׳, צו גײן נאָך ה׳, און צו היטן זײַנע געבאָט און זײַנע צײגנים און זײַנע געזעצן מיטן גאַנצן האַרצן און מיט דער גאַנצער זעל, מקײם צו זײַן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן ברית װאָס שטײען געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך. און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז צוגעשטאַנען אונטער דעם ברית.
4און דער מלך האָט באַפֿױלן חִלקִיָהו דעם כּהן-גָדול, און די אונטער-כּהנים, און די שװעלהיטערס, אַרױסצוטראָגן פֿון דעם הֵיכל פֿון ה׳ אַלע כּלים װאָס זײַנען געמאַכט געװאָרן פֿאַר בַעַל, און פֿאַר דער אַשֵרָה, און פֿאַר דעם גאַנצן חיל פֿון הימל; און ער האָט זײ פֿאַרברענט דרױסן פֿון ירושָלַיִם אין די פֿעלדער פֿון קִדרוֹן, און האָט אַװעקגעטראָגן זײער אַש קײן בֵית-אֵל.5און ער האָט אָפּגעשאַפֿט די פּריסטער װאָס די מלכים פֿון יהוּדה האָבן אױפֿגעזעצט, און װאָס האָבן גערײכערט אױף די בָמות, אין די שטעט פֿון יהוּדה און אין די אַרומיקע ערטער פֿון ירושָלַיִם; און די װאָס האָבן גערײכערט צו בַעַל, צו דער זון, און צו דער לבֿנה, און צו די מזלות, און צום גאַנצן חיל פֿון הימל.6און ער האָט אַרױסגעטראָגן די אַשֵרָה פֿון דעם הױז פֿון ה׳ דרױסן פֿון ירושָלַיִם צום טײַך קִדרוֹן, און האָט זי פֿאַרברענט בײַם טײַך קִדרוֹן, און צעמאָלן אױף שטױב, און צעװאָרפֿן איר שטױב אױף די קבֿרים פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק.7און ער האָט צעבראָכן די הײַזער פֿון די שאַנדמענער װאָס אין הױז פֿון ה׳, װאָס די װײַבער פֿלעגן דאָרטן װעבן צודעקן פֿאַר דער אַשֵרָה.8און ער האָט צונױפֿגעבראַכט אַלע כּהנים פֿון די שטעט פֿון יהוּדה, און האָט פֿאַראומרײניקט די בָמות װאָס די כּהנים האָבן דאָרטן גערײכערט, פֿון גֶבַֿע ביז באֵר-שֶבַֿע; און ער האָט צעבראָכן די בָמות פֿון די טױערן װאָס בײַם טױעראײַנגאַנג פֿון יְהוֹשועַ דעם שטאָטהאַר, װאָס אױף דער לינקער זײַט פֿון דעם װאָס קומט אַרײַן אין שטאָטטױער.9אָבער די כּהנים פֿון די בָמות זײַנען נישט אַרױפֿגעגאַנגען צום מזבח פֿון ה׳ אין ירושָלַיִם; נײַערט זײ האָבן געגעסן דאָס אומגעזײַערטע ברױט צװישן זײערע ברידער.
10און ער האָט פֿאַראומרײניקט תּוֹפֶת װאָס אין טאָל פֿון בן-הִנוֹם, אַז קײנער זאָל נישט מאַכן דורכגײן זײַן זון אָדער זײַן טאָכטער דורכן פֿײַער צו מוֹלֶך.11און ער האָט אָפּגעשאַפֿט די פֿערד װאָס די מלכים פֿון יהוּדה האָבן געגעבן צו דער זון בײַם אײַנגאַנג פֿון דעם הױז פֿון ה׳, לעבן דער קאַמער פֿון נְתַן־מֶלֶך דעם הױפֿדינער, װאָס אין די פֿאָרהױפֿן; און די רײַטװעגן פֿון דער זון האָט ער פֿאַרברענט אין פֿײַער.12און די מזבחות װאָס אױפֿן דאַך פֿון אָחָזעס אױבערשטוב, װאָס די מלכים פֿון יהוּדה האָבן געמאַכט, און די מזבחות װאָס מנַשֶה האָט געמאַכט אין בײדע הױפֿן פֿון ה׳ס הױז, האָט צעבראָכן דער מלך און צעהאַקט פֿון דאָרטן, און אַרײַנגעװאָרפֿן זײער שטױב אין טײַך קִדרוֹן.13אױך די בָמות װאָס פֿאַר ירושָלַיִם, װאָס אױף דער רעכטער זײַט פֿון דעם באַרג פֿון משחית, װאָס שלמה דער מלך פֿון יִשׂרָאֵל האָט געבױט צו עַשְׁתֹּרֶת, דער אומװערדיקײט פֿון די צידוֹנים, און צו כּמוֹש, דער אומװערדיקײט פֿון מוֹאָבֿ, און צו מִלכּום, דער אומװערדיקײט פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, האָט דער מלך פֿאַראומרײניקט.14און ער האָט צעבראָכן די זײַלשטײנער, און אָפּגעהאַקט די געצנבײמער, און אָנגעפֿילט זײער אָרט מיט בײנער פֿון מענטשן.
15און אױך דעם מזבח װאָס אין בֵית-אֵל, די בָמָה װאָס יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבָֿטן װאָס האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל, האָט געמאַכט, אױך יענעם מזבח און די בָמָה האָט ער צעבראָכן; און ער האָט פֿאַרברענט די בָמָה, און צעמאָלן אױף שטױב; און ער האָט פֿאַרברענט די אַשֵרָה.
16און װי יֹאשִיָהו האָט זיך אומגעדרײט, אַזױ האָט ער געזען די קבֿרים װאָס דאָרטן אױפֿן באַרג, און ער האָט געשיקט, און האָט אַרױסגענומען די בײנער פֿון די קבֿרים, און פֿאַרברענט אױפֿן מזבח, און האָט אים פֿאַראומרײניקט, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס עס האָט אױסגערופֿן דער מאַן פֿון ג-ט װאָס האָט אױסגערופֿן די דאָזיקע זאַכן.
17און ער האָט געזאָגט: װאָס איז יענער צײכן װאָס איך זע? האָבן די מענטשן פֿון שטאָט צו אים געזאָגט: דאָס איז דער קבֿר פֿון דעם מאַן פֿון ג-ט װאָס איז געקומען פֿון יהוּדה, און האָט אױסגערופֿן די דאָזיקע זאַכן װאָס דו האָסט געטאָן צו דעם דאָזיקן מזבח אין בֵית-אֵל.18האָט ער צו זײ געזאָגט: לאָזט אים אין רו; קײנער זאָל נישט רירן זײַנע בײנער. האָבן זײ אױסגעלאָזט זײַנע בײנער מיט די בײנער פֿון דעם נבֿיא װאָס איז אַרױסגעקומען פֿון שוֹמרוֹן.
19און אױך אַלע הײַזער פֿון די בָמות װאָס אין די שטעט פֿון שוֹמרוֹן, װאָס די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געמאַכט צו דערצערענען, האָט יֹאשִיָהו אָפּגעטאָן, און ער האָט געטאָן צו זײ אַזױ װי אַלע טוּונגען װאָס ער האָט געטאָן אין בֵית-אֵל.20און ער האָט געשלאַכט אַלע כּהנים פֿון די בָמות װאָס זײַנען דאָרטן געװען, אױף די מזבחות, און האָט פֿאַרברענט בײנער פֿון מענטשן אױף זײ. און ער האָט זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם.
21און דער מלך האָט באַפֿױלן דעם גאַנצן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: מאַכט אַ קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳ אלוקיכם, אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין דעם דאָזיקן בוך פֿון ברית.22װאָרעם אַזאַ װי דער דאָזיקער קָרבָּן-פֶּסַח איז נישט געמאַכט געװאָרן פֿון די טעג פֿון די שוֹפֿטים װאָס האָבן געמשפּט יִשׂרָאֵל, און אין אַלע טעג פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל, און די מלכים פֿון יהוּדה.23נאָר אין אַכצענטן יאָר פֿון מלך יֹאשִיָהון איז געמאַכט געװאָרן דער דאָזיקער קָרבָּן-פֶּסַח צו ה׳ אין ירושָלַיִם.
24און אױך די גײַסטערזעער און די טױטנבאַשװערער, און די תּרָפֿים, און די אָפּגעטער, און אַלע אומװערדיקײטן, װאָס זײַנען געזען געװאָרן אין לאַנד יהוּדה און אין ירושָלַיִם, האָט יֹאשִיָהו אױסגעראַמט, כּדי מקײם צו זײַן די װערטער פֿון דער תּורה װאָס שטײען געשריבן אין דעם בוך װאָס חִלקִיָהו דער כּהן האָט געפֿונען אין הױז פֿון ה׳.
25און אַזאַ װי ער איז נישט געװען קײן מלך פֿאַר אים, װאָס זאָל זיך אומקערן צו ה׳ מיט זײַן גאַנצן האַרצן און מיט זײַן גאַנצער זעל און מיט זײַן גאַנצן כּוֹח, לױט דער גאַנצער תּורה פֿון משהן; און נאָך אים איז נישט אױפֿגעשטאַנען אַזאַ װי ער.
26אָבער ה׳ האָט זיך נישט אָפּגעקערט פֿון זײַן גרױסן גרימצאָרן װען זײַן צאָרן האָט געגרימט אױף יהוּדה, פֿאַר אַלע דערצערענונגען װאָס מנַשֶה האָט אים דערצערנט.27און ה׳ האָט געזאָגט: אױך יהוּדה װעל איך אָפּטאָן פֿון מײַן פּנים, אַזױ װי איך האָב אָפּגעטאָן יִשׂרָאֵל; און איך װעל פֿאַראַכטן די דאָזיקע שטאָט װאָס איך האָב אױסדערװײלט, ירושָלַיִם, און דאָס הױז װאָס איך האָב געזאָגט: מײַן נאָמען זאָל דאָרטן זײַן.
28און די איבעריקע זאַכן װעגן יֹאשִיָהון, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישען פֿון די מלכים פֿון יהוּדה.
29אין זײַנע טעג איז אַרױפֿגעגאַנגען פַּרעה-נכו דער מלך פֿון מִצרַיִם אױף דעם מלך פֿון אשור, בײַם טײַך פּרָת, און דער מלך יֹאשִיָהו איז אים געגאַנגען אַקעגן; און ער האָט אים געטײט אין מגִדוֹ, װי ער האָט אים דערזען.30האָבן זײַנע קנעכט אים אַװעקגעפֿירט אַ טױטן פֿון מגִדוֹ, און זײ האָבן אים געבראַכט קײן ירושָלַיִם, און האָבן אים באַגראָבן אין זײַן קבֿר. און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט גענומען יהוֹאָחָז דעם זון פֿון יֹאשִיָהון, און זײ האָבן אים געזאַלבט, און אים געמאַכט פֿאַר מלך אױף זײַן פֿאָטערס אָרט.
31דרײַ און צװאַנציק יאָר איז יהוֹאָחָז אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און דרײַ חדשים האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען חַמוטַל, די טאָכטער פֿון יִרמיָהון, פֿון לִבֿנָה.
32און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַנע עלטערן האָבן געטאָן.
33און פַּרעה-נכו האָט אים אײַנגעשפּאַרט אין רִבֿלָה, אין לאַנד חַמָת, אַז ער זאָל נישט קיניגן אין ירושָלַיִם. און ער האָט אַרױפֿגעלײגט אַ שטראָף אױפֿן לאַנד, הונדערט צענטנער זילבער, און אַ צענטנער גאָלד.
34און פַּרעה-נכו האָט געמאַכט אֶליָקים דעם זון פֿון יֹאשִיָהון פֿאַר מלך אױף דעם אָרט פֿון זײַן פֿאָטער יֹאשִיָהון, און ער האָט אומגעביטן זײַן נאָמען אױף יהוֹיָקים. און יהוֹאָחָזן האָט ער אַװעקגענומען; און ער איז געקומען קײן מִצרַיִם, און איז דאָרטן געשטאָרבן.
35און דאָס זילבער און דאָס גאָלד האָט יהוֹיָקים געגעבן צו פַּרעהן; אָבער ער האָט אָפּגעשאַצט דאָס לאַנד, כּדי צו געבן דאָס געלט לױט דעם באַפֿעל פֿון פַּרעהן; פֿון איטלעכן לױט זײַן אָפּשאַצונג האָט ער אױפֿגעמאָנט דאָס זילבער און דאָס גאָלד פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד, כּדי צו געבן צו פַּרעה-נכון.
36פֿינף און צװאַנציק יאָר איז יהוֹיָקים אַלט געװען, אַז ער איז געװאָרן מלך, און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען זבֿוּדָה די טאָכטער פֿון פּדָיָה, פֿון רוּמָה.
37און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אַזױ װי אַלץ װאָס זײַנע עלטערן האָבן געטאָן.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276