דִבֿרֵי הַיָמִים ב19
1און יהוֹשָפֿט דער מלך פֿון יהוּדה האָט זיך אומגעקערט אַהײם בשלום קײן ירושָלַיִם.2איז אים אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן יֵהוּא דער זון פֿון חַנָנין, דער זעער, און ער האָט געזאָגט צום מלך יהוֹשָפֿט: האָסטו געטאָרט העלפֿן דעם רשע, און ליב האָבן די שָׂונאים פֿון ה׳? און פֿון װעגן דעם איז אױף דיר אַ צאָרן פֿון פֿאַר ה׳.3אָבער גוטע זאַכן געפֿינען זיך אין דיר, װאָס דו האָסט אױסגעראַמט די געצנבײמער פֿון לאַנד, און געקערט דײַן האַרץ צו זוכן האלֹקים.4און יהוֹשָפֿט איז געזעסן אין ירושָלַיִם. אָבער ער איז װידער אַרױסגעגאַנגען צװישן פֿאָלק, פֿון באֵר-שֶבַֿע ביזן באַרג אפֿרים, און האָט זײ אומגעקערט צו ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן.5און ער האָט אױפֿגעשטעלט ריכטער אין לאַנד, אין אַלע באַפֿעסטיקע שטעט פֿון יהוּדה, שטאָט פֿאַר שטאָט.6און ער האָט אָנגעזאָגט די ריכטער: זעט װאָס איר טוט, װאָרעם נישט פֿאַר אַ מענטשן משפּט איר, נאָר פֿאַר ה׳, און ער איז לעבן אײַך בײַם אַרױסזאָגן אַ משפּט.7און אַצונד, זאָל די מורא פֿאַר ה׳ זײַן אױף אײַך; היט אײַך װאָס איר טוט, װאָרעם בײַ ה׳ אלוקינו איז נישטאָ קײן אומרעכט, אָדער שױנען עמיצן, אָדער נעמען שוחד.8און אױך אין ירושָלַיִם האָט יהוֹשָפֿט אױפֿגעשטעלט פֿון די לוִיִים און די כּהנים, און פֿון די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון יִשׂרָאֵל, פֿאַר משפּטים פֿון ה׳, און פֿאַר שטרײַטזאַכן. און זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן ירושָלַיִם.9און ער האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלט איר זיך באַגײן: מיט מורא פֿאַר ה׳, מיט געטרײַשאַפֿט, און מיט אַ גאַנצן האַרצן.10און בײַ יעטװעדער שטרײַט װאָס װעט קומען פֿאַר אײַך פֿון אײַערע ברידער װאָס זיצן אין זײערע שטעט, צװישן בלוט און בלוט, צװישן לערנונגען און געבאָט, חוקים און געזעצן, זאָלט איר זײ װאָרענען, זײ זאָלן זיך נישט פֿאַרשולדיקן צו ה׳, אַז עס זאָל זײַן אַ צאָרן אױף אײַך און אױף אײַערע ברידער; אַזױ זאָלט איר טאָן, און איר װעט זיך נישט פֿאַרשולדיקן.11און אָט איז אַמַריָהו דער כּהן-גָדול איבער אײַך פֿאַר אַלע זאַכן פֿון ה׳, און זבַדיָהו דער זון פֿון יִשמָעֵאלן, דער פֿירשט פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה, פֿאַר אַלע זאַכן פֿון מלך; און אױפֿזעערס זײַנען די לוִיִים פֿאַר אײַך; זײַט שטאַרק און טוט, און ה׳ װעט זײַן מיט דעם גוטן.
Artists for Israel International