דִבֿרֵי הַיָמִים ב15

1און עַזַריָהו דעם זון פֿון עוֹדֵדן, אױף אים איז געװען דער גײַסט פֿון אלֹקים.2און ער איז אַרױסגעגאַנגען אַנטקעגן אָסאָן, און האָט צו אים געזאָגט: הערט מיך צו, אָסאָ, און גאַנץ יהוּדה, און בנימין: ה׳ איז מיט אײַך, אַז איר זײַט מיט אים; און אַז איר װעט אים זוכן, װעט ער זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך; אָבער אַז איר װעט אים פֿאַרלאָזן, װעט ער אײַך פֿאַרלאָזן.3און פֿיל טעג איז יִשׂרָאֵל געװען אָן דעם אמתן אלֹקים, און אָן אַ כּהן װאָס זאָל לערנען, און אָן אַ תּורה.4אָבער אַז זײ האָבן אין זײער נױט זיך אומגעקערט צו ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, און האָבן אים געזוכט, האָט ער זיך געלאָזט געפֿינען פֿון זײ.5און אין יענע צײַטן איז נישט געװען קײן פֿריד פֿאַר דעם אַרױסגײער און פֿאַר דעם אַרײַנגײער, װאָרעם גרױסע מהומות זײַנען געװען אױף אַלע באַװױנער פֿון די לענדער.6און זײ זײַנען צעשלאָגן געװאָרן אַ פֿאָלק אָן אַ פֿאָלק, און אַ שטאָט אָן אַ שטאָט, װאָרעם אלֹקים האָט זײ פֿאַרטומלט מיט אַלערלײ צרות.7אָבער איר זײַט שטאַרק, און זאָלן נישט אָפּגעשלאַפֿט װערן אײַערע הענט, װאָרעם אַ שׂכר איז דאָ פֿאַר אײַער טוּונג.
8און װי אָסאָ האָט געהערט די דאָזיקע װערטער און די נבֿואה פֿון עוֹדֵד דעם נבֿיא, האָט ער זיך געשטאַרקט, און האָט אָפּגעשאַפֿט די אומװערדיקײטן פֿון גאַנצן לאַנד יהוּדה און בנימין, און פֿון די שטעט װאָס ער האָט באַצװוּנגען פֿון באַרג אפֿרים; און ער האָט באַנײַט דעם מזבח פֿון ה׳ װאָס פֿאַר דעם פֿאָדערהױז פֿון ה׳.9און ער האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יהוּדה און בנימין און די װאָס האָבן זיך אױפֿגעהאַלטן בײַ זײ פֿון אפֿרים און מנַשֶה, און פֿון שמעון; װאָרעם אַ סך זײַנען צוגעפֿאַלן צו אים פֿון יִשׂרָאֵל, װען זײ האָבן געזען אַז ה׳ זײַן ג-ט איז מיט אים.10און זײ האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין ירושָלַיִם אין דריטן חודש, אין פֿופֿצנטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה.11און זײ האָבן געשלאַכט צו ה׳ אין יענעם טאָג, פֿון דעם רױב װאָס זײ האָבן געבראַכט, זיבן הונדערט רינדער, און זיבן טױזנט שאָף.12און זײ זײַנען אַרײַן אין אַ ברית צו זוכן ה׳ דעם ג-ט פֿון זײערע עלטערן מיט זײער גאַנצן האַרצן און מיט זײער גאַנצער זעל;
13און אַז איטלעכער װאָס װעט נישט זוכן ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, זאָל געטײט װערן, סײַ קלײן סײַ גרױס, סײַ אַ מאַן סײַ אַ פֿרױ.14און זײ האָבן געשװאָרן צו ה׳ אױף אַ הױכן קֹול, און מיט שאַלונג, און מיט טרומײטן, און מיט שוֹפֿרות.15און גאַנץ יהוּדה האָבן זיך געפֿרײט מיט דער שבֿועה; װאָרעם מיט זײער גאַנצן האַרצן האָבן זײ געשװאָרן, און מיט זײער גאַנצן רצון האָבן זײ אים געזוכט; און ער האָט זיך געלאָזט געפֿינען פֿון זײ, און ה׳ האָט זײ באַרוט פֿון רונד אַרום.
16און אױך מַעֲכָה די מוטער פֿון דעם מלך אָסאָן האָט ער אָפּגעטאָן פֿון זײַן אַ האַרנטע, װײַל זי האָט געמאַכט אַ פֿאַרזעעניש צו דער אַשֵרָה. און אָסאָ האָט אָפּגעהאַקט איר פֿאַרזעעניש, און צעמאָלן, און פֿאַרברענט בײַם טײַך קִדרוֹן.17אָבער די בָמות זײַנען נישט אָפּגעטאָן געװאָרן פֿון יִשׂרָאֵל; נאָר אָסאָס האַרץ איז געװען גאַנץ אַלע זײַנע טעג.
18און ער האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון זײַן פֿאָטער, און זײַנע אײגענע געהײליקטע זאַכן, אין הױז פֿון אלֹקים, זילבער און גאָלד, און כּלים.
19און קײן מלחמה איז מער נישט געװען ביז דעם פֿינף און דרײַסיקסטן יאָר פֿון אָסאָס מלוכה.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276