מְלָכִים א5

1און שלמה האָט געװעלטיקט איבער אַלע קיניגרײַכן, פֿון דעם טײַך ביז דעם לאַנד פֿון די פּלִשתּים, און ביז דעם געמאַרק פֿון מִצרַיִם. זײ האָבן געבראַכט מִנְחָה, און געדינט דעם מלך שלמה אַלע טעג פֿון זײַן לעבן.
2און די שפּײַזונג פֿון שלמהן פֿאַר אײן טאָג איז געװען דרײַסיק קאָר זעמלמעל, און זעכציק קאָר גראָבע מעל,3צען פֿעטע רינדער, און צװאַנציק רינדער פֿון דער פֿיטער, און הונדערט שאָף, אַחוץ הינדן, און הירשן, און דאַמהירשן, און געשטאָפּטע קאַפּהענער.4װאָרעם ער האָט געװעלטיקט איבער גאַנץ דער זײַט טײַך, פֿון תִּפֿסַח און ביז עַזָה, איבער אַלע מלכים פֿון דער זײַט טײַך; און ער האָט געהאַט שלום פֿון אַלע זײַנע זײַטן רונד אַרום.5און יהוּדה און יִשׂרָאֵל זײַנען געזעסן אין זיכערקײט, איטלעכער אונטער זײַן װײַנשטאָק און אונטער זײַן פֿײַגנבױם, פֿון דָן ביז באֵר-שֶבַֿע, אַלע טעג פֿון שלמהן.6און שלמה האָט געהאַט פֿערציק טױזנט שטאַלן פֿערד פֿאַר זײַנע רײַטװעגן, און צװעלף טױזנט רײַטער.7און יענע געשטעלטע פֿלעגן אױסהאַלטן דעם מלך שלמה, און איטלעכן װאָס גענענט צום טיש פֿון מלך שלמה, איטלעכער אין זײַן חודש; זײ פֿלעגן נישט פֿאַרפֿעלן קײן זאַך.8אױך גערשטן און שטרױ פֿאַר די פֿערד און פֿאַר די יאָגפֿערד פֿלעגן זײ ברענגען אין דעם אָרט װוּהין עס האָט געהערט, איטלעכער לױט װי ער האָט געדאַרפֿט.
9און אלֹקים האָט געגעבן שלמהן חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט זײער פֿיל, און ברײטקײט פֿון האַרץ אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים.10און שלמהס חכמה איז געװען גרעסער פֿון דער חכמה פֿון אַלע קינדער פֿון מזרח, און פֿון אַל דער חכמה פֿון מִצרַיִם.11און ער איז געװען קליגער פֿון אַלע מענטשן, פֿון אֵיתָן דעם אֶזרָחי, און הֵימָן, און כַּלכּול, און דַרדע, די זין פֿון מָחולן. און ער האָט געהאַט אַ שֶם צװישן אַלע פֿעלקער רונד אַרום.12און ער האָט געזאָגט דרײַ טױזנט משלים. און זײַנע לידער זײַנען געװען טױזנט מיט פֿינף.13און ער האָט גערעדט איבער בײמער, פֿון דעם צעדער װאָס אין לבֿנוֹן און ביז דעם אֵזובֿ װאָס װאַקסט אַרױס פֿון װאַנט. און ער האָט גערעדט איבער בהמות, און איבער פֿױגלען, און איבער שרצים, און איבער פֿישן.14און פֿון אַלע אומות איז מען געקומען הערן שלמהס חכמה – פֿון אַלע מלכים פֿון דער ערד װאָס האָבן געהערט פֿון זײַן חכמה.
15און חירָם דער מלך פֿון צוֹר האָט געשיקט זײַנע קנעכט צו שלמהן, װאָרעם ער האָט געהערט אַז מע האָט אים געזאַלבט פֿאַר אַ מלך אױף זײַן פֿאָטערס אָרט; װײַל אַ גוטער פֿרײַנט איז חירָם געװען דָוִדן אַלע טעג.16האָט שלמה געשיקט צו חירָמען, אַזױ צו זאָגן:17דו האָסט געקענט מײַן פֿאָטער דָוִדן, אַז ער האָט נישט געקענט בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון ה׳ זײַן ג-ט פֿון װעגן די מלחמות װאָס האָבן אים אַרומגערינגלט, ביז ה׳ האָט זײ געגעבן אונטער די טריט פֿון מײַנע פֿיס.18און אַצונד האָט ה׳ מײַן ג-ט מיך באַרוט פֿון רונד אַרום; נישטאָ קײן שטער און קײן בײז באַגעגעניש.19און אָט טראַכט איך צו בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון ה׳ מײַן ג-ט, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט צו מײַן פֿאָטער דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: דײַן זון װאָס איך װעל געבן אױף דײַן טראָן אױף דײַן אָרט, ער װעט בױען דאָס הױז צו מײַן נאָמען,20און אַצונד, באַפֿעל מע זאָל אױסהאַקן פֿאַר מיר צעדערן פֿון לבֿנוֹן, און מײַנע קנעכט װעלן זײַן מיט דײַנע קנעכט; און דעם לױן פֿון דײַנע קנעכט װעל איך דיר געבן װיפֿל דו װעסט זאָגן: װאָרעם דו װײסט אַז צװישן אונדז איז נישטאָ קײנער װאָס פֿאַרשטײט צו האַקן האָלצן אַזױ װי די צידוֹנים.
21און עס איז געװען, װי חירָם האָט געהערט די װערטער פֿון שלמהן, אַזױ האָט ער זיך זײער דערפֿרײט, און ער האָט געזאָגט: ברוך ה׳ הײַנט, װאָס ער האָט געגעבן דָוִדן אַ קלוגן זון איבער דעם דאָזיקן גרױסן פֿאָלק.22און חירָם האָט געשיקט צו שלמהן, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געהערט װאָס דו האָסט געשיקט צו מיר; איך װעל טאָן אַל דײַן פֿאַרלאַנג, אין צעדערהאָלץ און אין ציפּרעסנהאָלץ.23מײַנע קנעכט װעלן זײ אַראָפּנידערן פֿון לבֿנוֹן צום ים, און איך װעל זײ מאַכן אין פּליטן צו גײן מיטן ים ביז דעם אָרט װאָס דו װעסט מיר אָנװײַזן, און דאָרטן װעל איך זײ פֿונאַנדעררײַסן, און דו װעסט זײ אַװעקנעמען. און דו װעסט טאָן מײַן פֿאַרלאַנג צו געבן ברױט פֿאַר מײַן הױז.24און חירָם האָט געגעבן שלמהן צעדערהאָלץ און ציפּרעסנהאָלץ לױט אַל זײַן פֿאַרלאַנג.25און שלמה האָט געגעבן חירָמען צװאַנציק טױזנט קאָר װײץ, שפּײַז פֿאַר זײַן הױז, און צװאַנציק קאָר געשלאָגענע אײל. אַזױ פֿלעגט שלמה געבן חירָמען יאָר אין יאָר.26און ה׳ האָט געגעבן שלמהן חכמה אַזױ װי ער האָט אים געזאָגט. און עס איז געװען שלום צװישן חירָמען און צװישן שלמהן; און זײ האָבן בײדע געשלאָסן אַ ברית.
27און דער מלך שלמה האָט אױפֿגענומען אַ צינדז פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, און דער צינדז איז געװען דרײַסיק טױזנט מאַן.28און ער האָט זײ געשיקט אױפֿן לבֿנוֹן צו צען טױזנט מאַן אַ חודש, געביטן: אײן חודש פֿלעגן זײ זײַן אױפֿן לבֿנוֹן צװײ חדשים אין דער הײם. און אַדוֹנירם איז געװען איבער דעם צינדז.29און שלמה האָט געהאַט זיבעציק טױזנט לאַסטטרעגער, און אַכציק טױזנט שטײנהעקער אין די בערג.30אַחוץ שלמהס איבערגעשטעלטע װאָס איבער דער אַרבעט, דרײַ טױזנט און דרײַ הונדערט, װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק װאָס טוט די אַרבעט.
31און דער מלך האָט באַפֿױלן, און מע האָט אױסגעבראָכן גרױסע שטײנער, טײַערע שטײנער, צו גרונטפֿעסטן דאָס הױז מיט געהאַקטע שטײנער.32און די בױמײַנסטערס פֿון שלמה און די בױמײַנסטערס פֿון חירָמען, און די גבלים האָבן אױסגעהאַקט, און האָבן צוגעגרײט די האָלצן און די שטײנער אױף צו בױען דאָס הױז.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276