מִשְׁלֵי29

1אַ מענטש אַ געמוסרטער װאָס מאַכט האַרט זײַן נאַקן, װעט פּלוצלינג צעבראָכן װערן אַז קײן הײלונג װעט נישט זײַן.2אַז די צדיקים מערן זיך, פֿרײט זיך דאָס פֿאָלק, אָבער אַז דער רשע געװעלטיקט, זיפֿצט דאָס פֿאָלק.3אַ מענטש װאָס האָט ליב חכמה, דערפֿרײט זײַן פֿאָטער, אָבער דער װאָס חבֿרט זיך מיט זוֹנות, ברענגט אױס דעם פֿאַרמעג.4אַ מלך האַלט אױף מיט גערעכטיקײט דאָס לאַנד, און דער בַעַלן אױף מתָּנות צעשטערט עס.5דער מענטש װאָס חַנפֿעט זײַן חבֿר, שפּרײט אױס אַ נעץ פֿאַר זײַנע טריט.6אין דעם פֿאַרברעך פֿון דעם שלעכטן מענטשן איז אַ שטרױכלונג, אָבער דער צדיק זינגט און איז פֿרײלעך.7דער צדיק װײס דאָס רעכט פֿון די אָרימע, דער רשע קימערט זיך נישט צו װיסן.8לײַט פֿון שפּאָט בלאָזן-אױף די שטאָט, אָבער קלוגע האַלטן אָפּ דעם צאָרן.9אַז אַ קלוגער מענטש טענהט מיט אַ נאַרן, סײַ ער בײזערט זיך, סײַ ער שמײכלט, האָט ער נישט קײן נַחַת.10בלוטיקע לײַט האָבן פֿײַנט דעם אומשולדיקן, אָבער די רעכטפֿאַרטיקע גאַרן נאָך אים.11זײַן גאַנץ געמיט לאָזט אַרױס דער נאַר, אָבער דער חכם האַלט עס צוריק.12אַ געװעלטיקער װאָס האָרכט צו גערײד פֿון ליגן, זײַנען אַלע זײַנע משרתים רשעים.13דער אָרעמאַן און דער דריקער שטױסן זיך אָן אײנאַנדער, אָבער דער דערלײַכטער פֿון בײדנס אױגן איז ה׳.14אַ מלך װאָס משפּט מיט אמת די אָרימע, װעט זײַן טראָן באַשטײן שטענדיק.15די רוט און מוסר גיבן חכמה, און אַ לױזגעלאָזט ייִנגל ברענגט שאַנד זײַן מוטער.16אַז די רשעים מערן זיך, מערט זיך פֿאַרברעך, אָבער די צדיקים װעלן זען זײער מפּלה.17שטראָף דײַן זון, און ער װעט דיר אָנטאָן נַחַת, און געבן תּענוג צו דײַן זעל.18אָן אַ זעונג װערט דאָס פֿאָלק פֿאַרװילדערט, און דער װאָס היט די תּורה, אַז װױל איז צו אים!19מיט װערטער קען אַ קנעכט נישט אױסגעמוסרט װערן, װאָרעם ער מעג פֿאַרשטײן, אָבער פֿאָלגן װעט ער נישט.20זעסטו אַ מענטשן האַסטיק מיט זײַנע װערטער, איז דאָ מער האָפֿענונג פֿאַר אַ נאַרן װי פֿאַר אים.21דער װאָס פֿאַרצערטלט פֿון יוגנט זײַן קנעכט, װעט ער צום סוף װערן אַן אײבערהאַר.22אַ צאָרנדיקער מענטש מאַכט אָן קריג, און אַ כּעסן באַגײט פֿיל פֿאַרברעכן.23די גאװה פֿון אַ מענטשן דערנידערט אים, און דער װאָס איז שָפֿל אין געמיט װעט קריגן כּבֿוד.24דער װאָס טײלט זיך מיט אַ גנבֿ, איז אַ שׂונא זיך אַלײן: ער הערט די קללה, און זאָגט נישט אױס.25מורא פֿאַר אַ מענטשן לײגט אַ שטרױכלונג, אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, װערט באַשיצט.26פֿיל זוכן דעם פּנים פֿון דעם געװעלטיקער, אָבער פֿון ה׳ איז דעם מענטשנס משפּט.27אַן אומװערדיקײט בײַ די צדיקים איז דער מאַן פֿון אומרעכט, און אַן אומװערדיקײט בײַ די רשעים, דער װאָס זײַן װעג איז גלײַך.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276