יְשַעְיָה11

1און אַ רוט װעט אַרױס פֿון דעם בױם שטאַם פֿון יִשַי, און אַ צװײַג פֿון זײַנע װאָרצלען װעט שפּראָצן.2און רוען װעט אױף אים דער גײַסט פֿון ה׳, דער גײַסט פֿון חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט, דער גײַסט פֿון עצה און גבֿורה, דער גײַסט פֿון דערקענונג און גאָצפֿאָרכטיקײט.3און זײַן קװיקונג װעט זײַן אין פֿאָרכט פֿון ה׳; און נישט נאָך דער אױסזען פֿון זײַנע אױגן װעט ער משפּטן, און נישט נאָך דער הערונג פֿון זײַנע אױערן װעט ער אַנטשײדן;4נאָר ער װעט משפּטן מיט גערעכטיקײט די אָרימע, און אַנטשײדן מיט יושר פֿאַר די געדריקטע פֿון לאַנד; און ער װעט שלאָגן דאָס לאַנד מיט דער רוט פֿון זײַן מױל, און מיטן אָטעם פֿון זײַנע ליפּן װעט ער טײטן דעם רשע.5און גערעכטיקײט װעט זײַן דער אָנגורט פֿון זײַנע לענדן, און טרײַשאַפֿט דער גאַרטל פֿון זײַנע דיכן.
6און אַ װאָלף װעט הױזן מיט אַ שעפּס, און אַ לעמפּערט מיט אַ ציקעלע װעט הױערן, און אַ קאַלב און אַ יונגלײב און אַ פֿעט רינד בײַנאַנד; און אַ קלײן ייִנגל װעט זײ פֿירן.7און אַ קו מיט אַ בער װעלן זיך פֿיטערן, בײַנאַנד װעלן הױערן זײערע יונגע; און אַ לײב װעט װי אַ רינד עסן שטרױ.8און אַ זױגעדיקער װעט זיך שפּילן אױפֿן לאָך פֿון אַ שלאַנג, און אױף דער נאָרע פֿון אַ נאָטער װעט אַן אַנטװױנטער זײַן האַנט לײגן.9זײ װעלן נישט בײז טאָן און נישט פֿאַרדאַרבן אױף מײַן גאַנצן הײליקן באַרג; װאָרעם די ערד װעט זײַן פֿול מיט דערקענונג פֿון ה׳, װי די װאַסערן באַדעקן דעם ים.
10און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג: דער װאָרצל פֿון יִשַי, װאָס שטײט פֿאַר אַ פֿאָן פֿון די פֿעלקער – צו אים װעלן די אומות זיך װענדן, און זײַן רוּונג װעט זײַן אַ פּראַכטיקײט.
11און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט אֲדֹנָי װידער אױסשטרעקן זײַן האַנט, אַ צװײט מאָל, אױסצוקױפֿן דעם איבערבלײַב פֿון זײַן פֿאָלק, װאָס װעט בלײַבן פֿון אשור, און פֿון מִצרַיִם, און פֿון פַּתרוֹס, און פֿון כּוּש, און פֿון עֵילָם, און פֿון שִנעָר, און פֿון חַמָת, און פֿון די אינדזלען פֿון ים.
12און ער װעט אױפֿהײבן אַ פֿאָן צו די פֿעלקער, און װעט אײַנזאַמלען די פֿאַרשטױסענע פֿון יִשׂרָאֵל, און די צעשפּרײטע פֿון יהוּדה װעט ער אױפֿקלײַבן פֿון די פֿיר עקן פֿון דער ערד.13און אָפּגעטאָן װעט װערן די קנאה פֿון אפֿרים, און די פֿײַנט פֿון יהוּדה װעלן פֿאַרשניטן װערן; אפֿרים װעט נישט מקנא זײַן יהוּדה, און יהוּדה װעט נישט פֿײַנטן אפֿרים.14און זײ װעלן אָנפֿליִען בײַנאַנד אױף די פּלִשתּים צו מערבֿ, אין אײנעם װעלן זײ רױבן די קינדער פֿון מזרח, אױף אֶדוֹם און מוֹאָבֿ װעלן זײ שטרעקן זײער האַנט, און די קינדער פֿון עַמוֹן װעלן געהאָרכן צו זײ.15און ה׳ װעט פֿאַרװיסטן די צונג פֿון דעם ים פֿון מִצרַיִם; און ער װעט פֿאָכן זײַן האַנט אױפֿן טײַך מיט זײַן הײסן װינט, און װעט אים צעשלאָגן אױף זיבן בעכן, און מאַכן מיט שיך אַריבערצושפּרײַזן.16און אַ װעג װעט זײַן פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון זײַן פֿאָלק, װאָס װעט בלײַבן פֿון אשור, אַזױ װי עס איז געװען פֿאַר יִשׂרָאֵל אין טאָג פֿון זײַן אַרױפֿגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276