הוֹשֵעַ2

1און די צאָל פֿון די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעט זײַן אַזױ װי די זאַמד פֿון ים, װאָס קען נישט געמאָסטן און נישט געצײלט װערן; און עס װעט זײַן, אַנשטאָט װאָס צו זײ פֿלעגט געזאָגט װערן: איר זײַט נישט מײַן פֿאָלק, װעט צו זײ געזאָגט װערן: קינדער פֿון דעם לעבעדיקן אֵל.2און די קינדער פֿון יהוּדה און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װעלן זיך אײַנזאַמלען אין אײנעם, און זײ װעלן זיך מאַכן אײן הױפּטמאַן, און זײ װעלן אַרױפֿגײן פֿון דעם לאַנד, װאָרעם גרױס װעט זײַן דער טאָג פֿון יִזרְעֶאל.
3זאָגט צו אײַערע ברידער: עַמי, און צו אײַער שװעסטער: רוחמָה.
4קריגט אײַך מיט אײַער מוטער, קריגט אײַך, װאָרעם זי איז נישט מײַן װײַב, און איך בין נישט איר מאַן; און זאָל זי אָפּטאָן איר זנות פֿון איר פּנים, און איר ניאוף פֿון צװישן אירע בריסט.5אַניט װעל איך זי אױסטאָן אַ נאַקעטע, און זי לאָזן שטײן װי אין טאָג פֿון איר געבאָרנשאַפֿט; און איך װעל זי מאַכן װי אַ מדבר, און זי לאָזן װערן װי אַ טרוקן לאַנד, און זי טײטן מיט דאָרשט.6און אירע קינדער װעל איך נישט דערבאַרעמען, װאָרעם קינדער פֿון זנות זײַנען זײ.7װאָרעם מזַנה געװען האָט זײער מוטער, פֿאַרמיאוסט האָט זיך זײער געװינערין. װאָרעם זי האָט געזאָגט: איך װעל גײן נאָך מײַנע ליבהאָבער, די װאָס גיבן מײַן ברױט און מײַן װאַסער, מײַן װאָל און מײַן פֿלאַקס, מײַן אײל און מײַן טראַנק.8דערום זע, איך פֿאַרשטעל דײַן װעג מיט דערנער, און װעל פֿאַרצאַמען אַ צאַם אַרום איר, אַז זי זאָל אירע שטעגן נישט געפֿינען.9און זי װעט נאָכיאָגן אירע ליבהאָבער און זײ נישט דערגרײכן, און זי װעט זײ זוכן און נישט געפֿינען; און זי װעט זאָגן: איך װעל גײן און זיך אומקערן צו מײַן ערשטן מאַן, װאָרעם דענצמאָל איז מיר בעסער געװען װי אַצונד.10און זי װײס נישט, אַז דאָס האָב איך איר געגעבן די תּבֿואה, דעם װײַן, און דאָס אײל; און דאָס זילבער און גאָלד װאָס איך האָב איר געמערט, האָבן זײ פֿאַרטאָן אױף בַעַל.11דערום װעל איך צוריקנעמען מײַן תּבֿואה אין איר צײַט, און מײַן װײַן אין זײַן געשטעלטער צײַט, און איך װעל אַװעקרײַסן מײַן װאָל און מײַן פֿלאַקס, װאָס איז געװען איר נאַקעטקײט צו פֿאַרדעקן.12און אַצונד װעל איך אַנטפּלעקן איר שאַנד פֿאַר די אױגן פֿון אירע ליבהאָבער, און קײנער װעט זי נישט מציל זײַן פֿון מײַן האַנט.13און איך װעל מאַכן אױפֿהערן איר גאַנצע פֿרײד; איר יוֹם-טובֿ, איר ראָש-חודש, און איר שבת, און אַלע אירע פֿײַערטעג.14און איך װעל פֿאַרװיסטן איר װײַנשטאָק און איר פֿײַגנבױם, װאָס זי האָט געזאָגט: אַ מתּנה זײַנען זײ מיר, װאָס מײַנע ליבהאָבער האָבן מיר געגעבן; און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ װאַלד, און די חיה פֿון פֿעלד װעט זײ אױפֿעסן.15און איך װעל זיך רעכענען מיט איר פֿאַר די טעג פֿון די בַעַל-געטער, װאָס זי האָט גערײכערט צו זײ, און אָנגעטאָן אירע אױרינגען און איר צירונג, און געגאַנגען נאָך אירע ליבהאָבער, און אָן מיר האָט זי פֿאַרגעסן, זאָגט ה׳.
16אָבער זע, איך רעד זי איבער, און װעל זי אַװעקפֿירן אין מדבר, און װעל רעדן צו איר האַרצן.17און איך װעל צו איר פֿון דאָרט אָפּגעבן אירע װײַנגערטנער, און דעם טאָל עָכוֹר פֿאַר אַ טיר פֿון האָפֿענונג; און זי װעט דאָרטן אָפּרופֿן זיך װי אין די טעג פֿון איר יוגנט און װי אין טאָג פֿון איר אַרױפֿגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם.
18און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט ה׳, װעסטו רופֿן: מײַן מאַן, און װעסט מיך מער נישט רופֿן: מײַן בַעַל.19און איך װעל אָפּטאָן די נעמען פֿון די בַעַל-געטער פֿון איר מױל, און זײ װעלן מער נישט געדאַכט װערן מיט זײער נאָמען.20און איך װעל זײ שליסן אַ ברית אין יענעם טאָג, מיט דער חיה פֿון פֿעלד, און מיט דעם פֿױגל פֿון הימל, און מיט דעם שרץ פֿון דער ערד. און אַ בױגן און שװערד און מלחמה װעל איך צעברעכן פֿון לאַנד, און איך װעל זײ מאַכן ליגן אין זיכערקײט.21און איך װעל דיך פֿאַרקנַסן צו מיר אױף אײביק, און דיך פֿאַרקנַסן צו מיר מיט רעכט און מיט גערעכטיקײט, און מיט גענאָד און מיט באַרעמהאַרציקײט.22און איך װעל דיך פֿאַרקנַסן צו מיר מיט טרײַשאַפֿט, און װעסט דערקענען ה׳.
23און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך ענטפֿערן, זאָגט ה׳, װעל איך ענטפֿערן די הימלען, און זײ װעלן ענטפֿערן דער ערד,24און די ערד װעט ענטפֿערן דער תּבֿואה, און דעם װײַן, און דעם אײל, און זײ װעלן ענטפֿערן יִזרְעֶאל.25און איך װעל זי מיר אײַנזײען אין לאַנד, און איך װעל דערבאַרעמען די נישט דערבאַרעמטע, און װעל זאָגן צו נישט-מײַן-פֿאָלק: מײַן פֿאָלק ביסטו, און ער װעט זאָגן: מײַן ג-ט.

Artists for Israel International

https://app.library.bible/content/bfdb25f511477276